Feeds:
Posts
Comments

אשריכם שתזכו..!

בס”ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

לעצטע וואך האבן מיר אדורך געשמועסט די וויכטיגקייט פון לעבן מיטן מחשבה פון ‘ואם לא עכשיו אמתי’ אויב נישט יעצט ווען יא?! וואס דאס מיינט אז ווען א מענטש ווערט נתעורר זאל ער חלילה נישט אָפשטיפען נאר ער זאל גלייך טוען למעשה, מקבל זיין אפילו א קלייניגקייט, אדער אפילו נאר פאר א קורצע צייט, אלעס כדי די מאמענט זאל נישט פארביי גיין און ווערן אָפגעקילט, נאר געדענקן אז די קבלה די שפרינג וואס מען געט איז חשוב ביי השי”ת ווי דער כהן גדול אליין… די וואך געפינען מיר אין די פרשה נאכאמאל די זעלבע נקודה, השי”ת איז מצווה משה רבינו אז ער זאל גיין אויסוועלן די לוים פון צווישן די אידישע קינדער און ער זאל זיי רייניגן און הייליגן כדי זיי זאָלן זיין גרייט צו טוען די עבודה אינעם בית המקדש אַנשטאט די בכורים ווי די פסוק זאגט:

קַח אֶת הַלְוִיִּם מִתּוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְטִהַרְתָּ אֹתָם. די טעם פארוואס די לוים האבן זוכה געווען דערצו און נישט די בכורים איז ווייל ווען עס איז פארגעקומען די גרויסע חטא העגל, זענען די לוים געווען די וואס זענען אויפגעשפרינגען מיט א פעסקייט און גלייך מקדש שם שמים געווען, זיי האבן נישט געמאכט קיין חשבונות, נאר גלייך געטוען וואס א איד דארף צו טוען ברענגן כבוד שמים…

אז מיר האבן זיך בסייעתא דשמייא אָפגעשטעלט אויף דעם פסוק פון קח את הלוים, דארפן מיר אריין קוקן מיט א טיפערן בליק און זעהן וואס נאָך די תורה לערענט אונז אין די פסוק. לכאורה דארף מען פארשטיין וואס פאַר א לשון איז דאס קח את הלוים, וואס מיינט דאס נעמען די לוים, ווי אזוי נעמט מען מענטשן? ענטפערט אויף דעם רש”י אז עס מיינט נישט נעמען מיט די הענט נאר עס מיינט קחם בדברים אשריכם שתזכו להיות שמשים למקום   –   אז די לשון פון קחו מיינט נעם זיי מיט ווערטער “ווי גליקליך זענט איר שבט לוי אז איר זענט זוכה צו זיין באדינער פאר השי”ת”.

לכאורה טוט אבער רש”י נישט פארענטפערן די קשיא ווייל אויב מיינט מען מיט קח רעדן וואלט נאך אלץ געדארפט שטיין ‘דבר’ אל הלוים פארוואס שטייט די לשון פון ‘קח’?

די וואך אין פרקי אבות געפינען מיר די משנה רַבִּי אוֹמֵר, אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיָּבוֹר לוֹ הָאָדָם, כֹּל שֶׁהִיא תִפְאֶרֶת לְעוֹשֶׂיהָ וְתִפְאֶרֶת לוֹ מִן הָאָדָם   –   רבי זאגט וועלכע איז די ריכטיגע וועג וואס א מענטש זאל זיך אויסוועלן צו גיין? ענטפערט רבי אז מען זאל גיין אין אזא וועג וואס ברענגט גוטס פארן מענטש וואס גייט אויף די וועג, און וואס ברענגט אים כבוד פון אנדערע מענטשן.  לאמיר פארשטיין וואס פרעגט רבי, ‘איזוהי דרך’ מיט וועלכע וועג זאל א מענטש גיין …וואס הייסט אז מען עפענט א חומש זעט מען די תורה’דיגע וועג ווי די פסוק זאגט אונז ובחרת בחיים?! און בכלל דארף מען פארשטיין וואס ענטפערט רבי?

געציל איז געווען זייער אומצופרידן פון וואוינען אין שטאט ס’האט אים געצויגן צו וואוינען אין שטעטל ארומגענומען מיט די נאַטור, מיט די רואיגקייט וואס איז נישט פארהאַן אין די שטאט, ער האט באשלאסן אָפצוקויפן א פאַרם צו פארקויפן פראדוקטן פאר נאָנט און ווייט, און אזוי מאכן פרנסה, נאך געציילטע חדשים פון זיך אריבערציען און מסדר זיין וואוינט שוין געציל אויף זיין נייער פאַרם מיט קיען, ציגעלעך, טשיקנס וכו’ וכו’, און אלע קלאַפער געצייג, ער האט שוין אפילו זיין אייגענער פערד ארום צורייטן אין די פעלדער.

געציל שטייט אויף גאר פרי דאווענט ותיקין דערנאך גייט ער ארויס אין שטאַל מעלקן די קיען, געבן צו עסן פאר די בהמות ווי ס’שטייט ונתת עשב בשדך לבהמתך, ווען אלעס איז מסודר און ער האט אפגעגעסן פרישטאג גייט געציל נאכאמאל אין שטאַל דאסמאל ארויסצונעמען דאס פערד פאר א שפאציר אין די פעלדער צו זען ווי מ’האלט, געציל זעצט זיך ארויף אויפן פערד און געט א ציה די לייצעס אבער אופס… ס’גייט נישט… דער פערד האַלט זיך נישט ביים רירן, געציל פרובירט א צווייטן מאל און א דריטן מאל, אבער ס’גייט פשוט נישט, ער נעמט ארויס דאס ביכל ווי ס’שטייט פארשריבן אלע פערדישע הלכות אויסצוגעפונען וואס מ’טוט דא, נאכן זיך ארוממוטשענען א שטיק צייט אין געבן אפאָר גוטע פעטש פארן פערד געבט זי זיך ענדליך א ריר.

אזוי לויפן די טעג געציל גייט אדורך געפערליכע עגמת נפש מיטן פערד, ס’בריקעט אין הירדזעשט און ס’האלט זיך פשוט נישט ביים צושטעלען, געציל פון זיין זייט האַקט און שלאָגט דאס פערד, מער ווייניגער קומט געציל אָן מיטן פערד ווי ער וויל, אבער אָן שרייען אין געבן פעטש ארבעט עס נישט, דאס פערד מצידו ווייזט ארויס איר אומצופרידענקיייט ווי אימער זי קען נאר, בקיצור די צוויי פארשטייען זיך נישט ווי ס’באדארף צו זיין.

איין טאג איז א ערפאַרענער פאַרמער געקומען אויף א באזוך אין געציל’ס פאַרם, נאָכן צוקוקן ווי געציל גייט זיך אים מיטן פערד, זאגט ער ..הער זיך איין ר’ געציל, איין טאג גייט דא איינער ווערן אויסגעברענט, אדער די אדער דיין פערד, געציל וויינט זיך אויס פון הארץ און זאגט די ווייסט וואס איך האב שוין מיטגעמאכט מיט דעם פערד?! …אבער האב איך דען א ברירה א חוץ פעטש און שרייען פארשטייט דאס פערד גארנישט, זאגט אים דער פארמער הער מיך צו מיין קינד, האסט שוין פרובירט מיט שיינעם? יא אוודאי דארף מען ניצן דעם בייטש אבער נאר ווען עס איז באגלייט מיט אלע אָנגענומענע כללים ארום דעם… ווען די רעדטס צום פערד רעד איידעל, הער אויף שרייען, אנשטאט פעטש זאלסטו כסדר גלעטן דאס פערד, וואַרף אריין אביסל איבריגע בלעטער פאר א נאַש, וכו’ וכו’ ווייז פארן פערד אז די האסט איר ליב וועסטו זען ווי שיין זי וועט זיך צושטעלען צו דיר, כך הוה און זייט דעמאלטס לעבט געציל מיטן פערד ווי צוויי בעסטע פריינד, די שלום בית איז עפעס געוואלדיג.

שלמה המלך זאגט אין משלי דְּרָכֶיהָ דַרְכֵי נֹעַם וְכָל נְתִיבוֹתֶיהָ שָׁלוֹם (משלי ג’ י”ז) די וועג פון די תורה איז מיט ליבשאפט אין אלע אירע וועגן זענען מיט פרידן, דאס הייסט אז ווען א טאטע וויל רעדן צו זיין קינד, א רבי צו זיין תלמיד, א איד צו זיין חבר, אינדערהיים מיטן בני בית, אדער גאר צו זיך אליין, דארף מען רעדן געלאַסן און אויסדרוקן ליבשאפט און זארג, נישט שרייען, אראָפקלאַפן, אדער אוועקמאכן, ווייל דאס ארבעט נישט.

ווען עס קומט צו א מענטש קען עס דיר אויסקוקן ווי ער שטייט, זיצט אדער געפינט זיך נעבן דיר, אבער באמת געפינט ער זיך בכלל נישט דא, דער מענטש געפינט זיך ווי זיין נשמה איז, ווי זיין דעת און שכל זענען, דערפאר כדי צו קענען נעמען א מענטש פון איין פלאץ צום צווייטן דארף מען רעדן אין אפעלירן צו זיין נשמה צום דעת פונעם מענטש, די תוה”ק קומט אונז אויסלערנען די ריכטיגע וועג איבער צו נעמען א מענטש און אים נעמען פון איין מצב צום צווייטן, און זאגט אונז דעם סוד ווי אזוי מען מאכט עס “דורך רעדן צום נשמה און שכל”, די תורה לערנט אונז ווי אזוי מיר זאלן רעדן צו א מענטש, עס פארלאנגט זיך שיינע רייד, הארציגע דיבורים של טעם.

מיט דעם איז גאר געשמאק די הייליגע רייד פון רש”י קחם בדברים, ווען משה רבינו האט געדארפט נעמען די לוים פון זייער פריערדיגע שטאנד ווי זיי האבן נאכנישט געטוען די עבודה אין משכן, האט עס געדארפט צוגיין דורך קח את הלוים, ווי אזוי מען נעמט א מענטש פון איין מצב צום צווייטן, נאר דורך שיינע פאַזיטיווע רייד ווי: “אשריכם שתזכו להיות שמשים למקום – ווי גליקלעך ביסטו צו זיין א חלק פון די באדינער צו השי”ת”, דערפאר האט ער געדארפט רעדן צו זייער הארץ און מחשבה אז זיי זאלן גענצליך זיין אין זייער נייע פאַזיציע מיטן גאנצן הארץ. און ווען מ’רעד צו א צווייטן מיט געפיל אין ליבשאפט, ווען מ’קאַמפלימענטירט און מ’זאגט “אשריך שזכית וואויל איז דיר” דאס איז רייד וואס גייט אריין טיעף אין הארץ און ס’נעמט איבער דעם מענטש מיט א ריכטיגע לקיחה נישט ווייניגער ווי ווען מען נעמט א זאך פון איין פלאץ צום צווייטן.

און טאקע דאס לערענט אונז רבי, אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיָּבוֹר לוֹ הָאָדָם, וועלכע וועג זאל זיך א מענטש בוחר זיין? דאס מיינט אז, אוודאי איז די וועג פון די תוה”ק ראה נתתי לפניך היום את החיים די איינציגסטע און ריכטיגע וועג פון לעבן, אבער דער מענטש פרעגט ווי אזוי זאל איך עס אויספירן? ווי אזוי זאל איך עס איבער געבן? זאגט אונז רבי געב עס איבער אויף א אופן וואס איז תִפְאֶרֶת לְעוֹשֶׂיהָ וְתִפְאֶרֶת לוֹ מִן הָאָדָם, ס’זאל זיין שיין און באטעמט, געשמאק און זיס, זאג אים וואס השי”ת האט געזאגט פאר משה רבינו קח – אשריכם שתזכו להיות שמשים למקום וואויל און גליקלעך זענט איר צו זיין א חלק פון השי”ת קינדערלעך וכדומה, און נאר אזוי קען מען באמת נעמען א מענטש אדער קינד פון איין פלאץ צום צווייטן, שרייען און סטראשונגען קען האלטן א מענטש אויף די פיס… אבער צו נעמען א מענטש פון איין מצב צום צווייטן אז עס זאל זיין א “קחו” פעלט זיך אויס א אַן אשריכם שתזכו!

מיר אלע ווילן האבן גוטע פאַרבינדונג מיט אונזערע קינדער, זאגט אונז די תוה”ק די עצה איז רעד צו זיי אפן מיט הארץ, געפיל און ליבשאפט, זאג זיי אפט ווי גליקליך זיי זענען צו זיין א חלק פונעם אידישן פאלק, וואספאַרא זכיה זיי האבן צו קענען ווערן מחונך מיט תורה, יראת שמים און מידות טובות, וואספאַרא גליקליכע לעבן עס ווארט זיי אָפ אויב זיי וועלן שפאַצירן און זיך פירן ווי השי”ת ווייזט אונז אָן אין זיין הייליגער תורה. ווילסט משפיע זיין אויף א חבר פארברענג מיט אים, פארצייל אים ווי שטארק די קוקסט אים ארויף, זאג אים ווי גליקליך ער איז צו האבן די אלע מעלות וואס ער האט, און ווי שטארק עס וועט צוגעבן צו זיינע מעלות אז ער וועט זיך שטארקן אין תפילה אדער לימוד התורה, די זעלבע איז אינדערהיים, שלום בית איז ווען מען רעד פאַזיטיוו …ועל כולם ווילסט דיך אליינס מחזק זיין, הער זיך אויף אראָפצורייסן זיך אונטערשאצן, רעד צו דיין הארץ, פארצייל זיך ווי השי”ת האט דיר ליב, נישט קיין חילוק וויאזוי די האסט אויסגעקוקט נעכטן אדער א מינוט צוריק, ווי שטארק השי”ת קוקט ארויס אויף דיין כי אם ליראה ולאהבה אותו, אביסל אמונה אביסל יראת ה’ אביסל אהבת ה’, לאמיר זיך אלע אויסלערנען רעדן פאזיטיוו איינער צום צווייטן וועט אונזער לעבן ליכטיג ווערן …עס וועט ווערן א לעבן פיל מיט געשמאק און זיסקייט און אונז ברענגן נענטער לאבינו שבשמים.

לסיכום געדענק:

  • כדי עס זאל זיין א “קחו” דארף מען נעמען די מענטש מיט הארציגע רייד.
  • שמועס אויס זיינע מעלות און באַגיס אים מיט פאַזעטיווע געשמאקע רייד.
  • זאג צו זיי און זאג צו זיך “אשריכם שתזכו להיות שמשים למקום”.

כי הם חיינו וארך ימינו…

בס”ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די ספירה טעג זענען שוין אדורך און מיר שטייען שוין געציילטע טעג פאר קבלת התורה, די יו”ט וואס מיר גייען אונטער די חופה, די אלע הכנות וואס מיר זענען אדורך, די אלע מידות וואס מיר האבן געארבעט זיי מתקן צו זיין, קומען מיר יעצט אט אט שוין צום הויעך פונקט דער מעמד הקדוש ווי השי”ת געבט אונז די תוה”ק נאכאמאל מיט א פרישקייט און התחדשות, עס איז אונז נאך פארבליבן געציילטע טעג, אלעס כדי מיר זאלן קענען מקיים זיין דעם פסוק הֱיוּ נְכֹנִים לִשְׁלשֶׁת יָמִים צו זיין גרייט צו די געהויבענע טעג הבא עלינו לטובה… לאמיר אריין קוקן אין די וואכעדיגע פרשה און מיט איר זיך גרייטן צום גרויסן מעמד.

וְחָנוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אִישׁ עַל מַחֲנֵהוּ וְאִישׁ עַל דִּגְלוֹ לְצִבְאֹתָם, און די אידישע קינדער וועלן רוען איעדער מיט זיין מחנה אונטער זיין פָאן   –   לכאורה דארף מען פארשטיין אז מען טרעפט נישט פאַרדעם אין פסוק א באפעל פון השי”ת צו כלל ישראל אז מען זאל מאכן דגלים, אויב אזוי פארוואס זאגט אונז די פסוק אז זיי וועלן? די באפעל טרעפן מיר נאר אביסל שפעטער ווי די פסוק זאגט אִישׁ עַל דִּגְלוֹ בְאֹתֹת לְבֵית אֲבֹתָם יַחֲנוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מִנֶּגֶד סָבִיב לְאֹהֶל מוֹעֵד יַחֲנוּ? אבער דא ביים באפעל פרעגט זיך וואס איז די לשון “בְאֹתֹת”?

ביי די פרשה פון קבלת התורה געפינען מיר די פסוק זאגט וַיָּבֹאוּ מִדְבַּר סִינַי וַיַּחֲנוּ בַּמִּדְבָּר וַיִּחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל נֶגֶד הָהָר, וואס לכאורה דארף מען פארשטיין וואס איז די דאפעלטע לשון פון ויחנו און גלייך דערנאך ויחן?

די גמרא אין מסכת שבת (פח ב) כשעלה משה למרום המלאכים טענו לפני הקב”ה תנה הודך על השמים, אמר לו הקב”ה למשה החזר להם תשובה… תורה שאתה נותן לי מה כתיב בה וכו’ לא תשא – משא ומתן יש ביניכם… לא תרצח לא תנאף לא תגנוב – קנאה יש ביניכם יצר הרע יש ביניכם, מיד הודו לו להקב”ה וכו’   –   ווען משה רבינו איז ארויף געגאנגען מקבל זיין די תורה הק’ האבן די מלאכים געטענ’ט צו הקב”ה געב אונז די תורה הק’, תנה הודך על השמים לאז דיין שיינקייט ביי אונז, האט השי”ת געזאגט פאר משה רבינו ענטפער זיי א תירוץ אויף די טענה וואס זיי האבן?! האט משה רבינו געזאגט אין די תורה שטייט לא תשא – איר האט עפעס געשעפטן צווישן זיך? איז דען פארהאן ביי אייך קנאה אדער שנאה? “האט איר דען א יצר הרע”?! גלייך האבן די מלאכים מודה געווען צו השי”ת.

מיר דארפן פארשטיין, השי”ת האט דאך געהאט א טעם און א הסבר פארוואס ער וויל געבן די תורה הק’ פאר כלל ישראל, און משה רבינו שטייט שוין דארט גרייט צו נעמען, און דא פלוצלינג ווען די מלאכים קומען מיט טענות הייסט השי”ת משה רבינו זאל זיי ענטפערן, השי”ת אליין האט דאך זיי געקענט שטיל מאכן מיטן  זאגן דאס איז מיין רצון, און אפשר גאר זיך נישט וואוסענדיג מאכן, ווי פארשטענדליך דארף זיך השי”ת נישט פארענטפערן, און בכלל דארף מען פארשטיין און גוט אפלערנען דאס וואס משה רבינו האט זיי געענטפערט?!

זיצט זיך ר’ אשר די בעל הבית פונעם ריזיגן פאַבריק מיט אירע פיהלע ארבייטערס ביי זיך אין אפיס פארדאגה’עט, ב”ה די ביזנעס בליעט, אבער די ארבעט איז צופיל, איך בין דאך א בשר ודם, ס’איז נישט מעגליך פאר איינעם צו מאכן אלע ארבעט, ער קומט צום באשלוס גענוג געווען, ער וועט אויף נעמען א מענעדזשער וואס וועט אים צוהעלפן מיט די ארבעט… אומר ועושה ער לאזט וויסן אין די טעגליכע בולעטין אז ער זיכט א געלונגענע אינגערמאן, עס נעמט נישט לאנג און מזל טוב שמערל איז די נייע מענעדזשער, אזוי לויפן אדורך די וואָכען און חדשים שמערל האט זיך גיט אריין געדרייט, ער לייגט אריין אלע זיינע כוחות און פירט די געשעפט ווי עס דארף צו זיין, איין טאג זאגט שמערל פאר ר’ אשר אז איך זעה ביסט אזוי אויס געמוטשעט ..איך מיין אז עס איז צייט זאלסט נעמען א וואַקאציע פאר אפאר וואכן, די ווייסט דאָך אז איך קען אליינס פירן די גאנצע געשעפט…

ר’ אשר זאגט אז די פלאַן געפעלט מיר זייער, אבער כדי זיכער צו מאכן אז די ביזנעס פירט זיך פיין אָן קיין פראבלעמען וועל איך דיר געבן א ליסטע פון עטליכע גאָר וויכטיגע אָנווייזונגען וואס וועט דיר העלפן זיכער מאכן אז פראבלמען קומען נישט אונטער, און דארט וועסטו אויך טרעפן אלעס וואס פעלט זיך אויס על כל צרה שלא תבא זיי צו קענען מסדר זיין שנעל און גרינג, ר’ אשר פירט אים אריין אין זיין פריוואַטע אפיס און געבט אים איבער די ליסטע און זאגט ארבעט מיטן ליסטע ווי פאלגענד:

  • איעדן צופרי ווען די קומסט אריין אין אפיס ליין עס אדורך מיט א קלארקייט, און ליין עס אויך איבער פאר די גייסט אהיים.
  • הענג אויף א קאפיע ביי דיר אין אפיס אויפן וואַנט כדי זאלסט עס שטענדיג באמערקן.
  • האב ביי דיר אין טאַש א קאַפיע כדי עס זאל דיר זיין צום האַנט.
  • אויב חלילה מאכט זיך א פראַבלעם, פאר די זאָגסט אדער טוסט סיי וואס, קוק דארט אריין און טו ווי איך האב דארט געשריבן.

פיין! געזאגט און געטוען שמערל באגלייט ארויס ר’ אשר צום עירפארט און זיי געזעגענען זיך און שמערל זאגט ..פאָרט געזינטעהייט זארג זיך נישט אלעס וועט זיין אלרייט איך נעם קעיר, און איך האב די צעטל אין האנט… לחיים ולשלום.

ס’גייט אריבער צוויי דריי חדשים ר’ אשר קומט צוריק און שמערל שטייט ביים טיר פון פאבריק מיט א ברייטע שמייכל און נאכן אדורך גיין דעם גאנצע שלום עליכם פראצעדור, קומט ר’ אשר נענטער אריין אין פאבריק און עס ווערט אים שווארץ פאר די אויגן אלעס איז איין שטיק איבערקערעניש, דערנאך פאנגט ער אָן איבער גיין די ביכער און עס שווינדעלט אים די אויגן די ביזנעס וואס פאר געציילטע חדשים צוריק איז געווען א גאָלדן גריב שטייט ביים שוועל פון באַנקראַט, ער ווייסט נישט צו לאַכן אדער וויינען און רופט אריין שמערל און הייבט אים אן אויסצופרעגן, ער זעט באלד אז שמערל האט נישט געטוהן וואס עס איז געשטאנען אויפן ליסטע וואס ער האט מיט אים געלאזט, פרעגט ער …שמערל פארוואס האסטו נישט נאך געפאלגט די אלע אנווייזונגען פונעם ליסטע וואס איך האב ביי דיר געלאזט….??!!

שמערל קוקט צוריק מיט וואונדער און זאגט …אוודאי האב איך געטוהן וואס די האסט מיר געהייסן איך האב עס געליינט טאג און נאכט, איך האב עס אויף געהאָנגען ביי מיר אין אפיס, געהאַלטן ביי מיר אין טאַש, ווען עס איז געווען א פראבלעם האב איך עס באלד געליינט און צוריק געלייגט אין טאש, ר’ אשר שרייט צוריק בייזערהייט ..וואס?! ..די גאנצע סיבה פארוואס איך האב דיר געהייסן ליינען איז ווייל איך האב געוואלט זאלסט עס טוען, נישט נאר אדורך ליינען איך האב געוואלט אז די זאלסט לעבן די ביזנעס עס זאל דיר אריין גיין אין די ביינער, גיין שלאפן און אויף שטיין דערמיט, וויסן וואס צו טוען ווען עס קומט אונטער א פראבלעם, אבער יעצט פון סתם ליינען זענען מיר גענצליך באנקראט.

השי”ת האט אונז געגעבן די הייליגע תוה”ק, וואס דארט שטייט געשריבן די אנווייזונגען פונעם לעבן, ווי עס ווערט אנגערופן ‘תורת חיים’ אנווייזונגען צום לעבן, ער האט אונז באפוילן א ליסטע וואס מיר מוזן טוען איעדן טאג:

  • ודברת בם בשבתך בביתך ובלכתך בדרך – ווען און וואס די רעדסט, ווי די גייסט און שטייסט, זאלסטו לעבן דערמיט איעדן סעקונדע.
  • בשכבך ובקומך – ליין עס ביים אויף שטיין און ביים זיך לייגען שלאפן.
  • וקשרתם לאות – לייג אריין די ליסטע אין די תפילין און לייג עס אויף דיין האנט און אויף דיין קאָפ איעדן טאג, און זיי נישט מסיח דעת דערפון.
  • וכתבתם על מזוזות – לייג א קאפיע פון די ליסט אויף דיין טיר אז ווען די גייסט און קומסט ארויס זאלסטו עס אייביג באמערקן.

טייערע חבירים! די סיבה פארוואס השי”ת האט אונז באפוילן אז מיר זאלן עס כסדר האבן אויף אונזער ליפן און מחשבה, איז כדי די ריכטיגע דרך החיים זאל זיין פאר אונזערע אויגן, און מיר זאלן עס לעבן ובחרת בחיים, טראכט זיך א איד …איך טו די רצון הבורא ..איך לערען דריי שעה א טאג …איך האב די מהודר’סדיגע תפילין ..איך קיש די מזוזה אָן אויף הער, איך ליין קריאת שמע מיט גרויס כוונה, און ממילא דרייט ער זיך ארום גאָר צופרידן אלעס איז פיין און וואויל, זאגט אבער השי”ת אז אויב ענדיגט זיך עס נאר מיט דעם וועט די ביזנעס גיין באַנקראט, איך דארף אז די זאלסט אלעס טוען כדי עס זאל אריין גיין אין דיינע ביינער און די זאלסט לעבן דעמיט, לערנען על מנת לקיים, אריין לייגן די נשמה אין איעדע קליינע מצוה’לע נישט סתם טוען… און ביי איעדע מצוה וואס די טוסט שטעל זיך אפ און טראכט וואס וויל דא השי”ת פון מיר?! געסט א קיש די מזוזה טראכט א מינוט …איך גיי אריין אין די ציממער און השי”ת קומט מיט מיט מיר …איך טו אָן די הייליגע תפילין, האב איך אינזין די ד’ פרשיות על מנת לקיים ווי חז”ל זאגן אונז לשעבד בזה תאוות ומחשבות לבנו לעבדתו יתברך שמו, און מיר שרייען אויס …שמע ישראל ד’ אלוקינו ד’ אחד… מיר לעבן מיט דיר, און מיר לעבן מיט’ן מחשבה אז די ביסט איינס, די ביסט מיט אונז און מיר טוען דיין רצון אָן קיין היסח הדעת, און אזוי ווייטער ביי איעדע מצוה צו דאס איז תפילה, קריאת שמע, ציצית, ברכות, לימוד התורה, שבת קודש וכו’ וכו’ אלעס טוט אונז ברענגען נענטער צו השי”ת אבער עס פעלט זיך אויס צו צולייגן די הארץ און נשמה…

אין מדרש רבה (במדבר ב) בשעה שנגלה הקב”ה על הר סיני ירדו עמו כ”ב רבבות של מלאכים והיו כולם עשוים דגלים כיון שראו אותן ישראל שהם עשוים דגלים דגלים התחילו מתאוים לדגלים אמרו אלואי כך אנו נעשים דגלים כמותן   –   ביי מתן תורה האבן די אידן געזעהן אז בשעת הקב”ה האט זיך מגלה געווען צו כלל ישראל זענען אראפ געקומען צענדליגע טויזענטע מלאכים וואס האבן געהאט דגלים-פענער, און די אידישע קינדער האבן געגליסט צו די פענער און זיי האבן געזאגט הלואי זאלן מיר אויך זוכה זיין צו אזעלכע פענער! פארשטייט זיך פשוט אז מען רעד נישט פון קאָלירטע פענער וואס פלאַטערט אויף א הויכע שטאַנג, נאר די טיפערע פשט דערפון איז אז יעדע מלאך טוט רעפרעזענטירן א אנדערע מידה פון עבודת ה’, און כבוד שמים, די דגלים האבן כסדר דערמאַנט פאר איעדע מלאך זיין פנימיות און שליחות וואס ער האט צו טוען, די אידישע קינדער שטייענדיג ביי קבלת התורה האבן זיי געשריגן נעשה ונשמע, השי”ת מיר זענען גרייט צו טוען וואס די זאגסט, אבער נשמע מיר ווילן דערהערן די עומק המצות, מיר ווילן פארשטיין די פנימיות המצות אויך, דערפאר האבן זיי אויך געוואלט האבן די דגלים וואס איעדע דגל האט אויף זיך די קאליר און בילד פון איעדע שבט, וואס דאס ווייזט אויף די פנימיות און עומק פון די שבט, און איר שליחות און נשמת כלל ישראל ארויס צו ברענגען די מערסטע און גרעסטע כבוד שמים.

דערפאר ווען מיר זענען אָנגעקומען אין מדבר נאך די געוואלדיגע אומפארגעסליכע מעמד הר סיני פאַר 3325 יאָר צוריק, ווען מיר אלע זענען געווען מיט איין ציעל צו טוען רצון ה’ מיט הארץ און נשמה, האט השי”ת געוואוסט אז אידישע קינדער וועלן רוען מיט זייערע פענער ‘וחנו בני ישראל’ וואס דאס מיינט אז די אידישע קינדער וועלן פארשטיין איעדער זיין אויפגאבע און ציעל אין עבודת ה’, און טוען מצוות השי”ת בפנימיות, ווי די פסוק זאגט אז איעדע פון די פענער איז געווען ‘באתת’ וואס דאס ווייזט די אינערליכקייט און טיפקייט פון א מצוה.

מיט די זעלבע הרגשה זענען מיר אָנגעקומען צום מעמד הר סיני ויחנו במדבר דאס מיינט פשוט אז מיר זענען אנגעקומען צו מדבר סיני, דערנאך זאגט די פסוק נאכאמאל ויחן ווייל זיי האבן פארשטאנען אז עשיית המצוות קען נישט זיין סתם געטוען מצות אנשים מלומדה נאר עס מוז זיין מיט א ויחן שם ישראל די נשמה מוז זיין צוזאמען מיט’ן גוף. אזוי אויך משה רבינו ווען ער איז ארויף געקומען אין הימל נעמען די תוה”ק האבן די מלאכים געטענה’עט אז מיר וועלן קענען בעסער ארויסברענגען די כבוד שמים פון דיין תורה… אבער השי”ת האט געוואוסט אז די אידעלע וואס וויל טוען רצון ה’ לעבט אונטן ווי עס איז פארהאן א יצר הרע וואס טוט כסדר פארלעשן די מענטש און מאכט אים פארגעסן פארוואס ער איז דא אויף די וועלט און לייגט אים כסדר אריין אין א ראָבאַטישן פארמאַט, ממילא דארף כלל ישראל האבן די תורה כדי זיי זאלן קענען איבער קומען די שרעליכע שוועריגקייטן.

אבער השי”ת האט געוואלט זיכער מאכן אז כלל ישראל, די וואס נעמען די תוה”ק פארשטייען עס אין פנימיות האט ער געזאגט פאר משה רבינו ענטפער זיי צוריק, האט משה רבינו טאקע דאס געענטפערט כלום יש קנאה, שנאה ביניכם?! האט איר דעם יצר הרע וואס מיר האבן, די נסיונות וואס מיר האבן, מיר מיטשענען זיך ביטערליך און אָן די תוה”ק איז נישט מעגליך צו באזיגען דעם יצר, נאר מיט א פנימיות’דיגע תורה! אז מיר וועלן האבן דעם תוה”ק וואס זאל וואַסערן אונזער נשמה און הארץ וועלן מיר קענען עקזעסיטרן אויף די וועלט, איר דארפט די תוה”ק פאר שיינקייט תנה הודך על השמים, מיר דארפן עס פאר אונזער ברויט און וואסער צו קענען עקזעסטירן, כי הם חיינו וארך ימינו.

אה! און טאקע אזוי האבן מיר עס באקומען, אז מיר פארשטייען אז די תוה”ק איז אונזער הארץ, אונזער נשמה נישט סתם זאַכן וואס מיר דארפן היינט טוען אזוי, און מארגן טוען אזוי, עס איז א תורת חיים ווי מיר זאגן איעדען טאג כי הם חיינו וארך ימינו א לעבעדיגע לעבן וואס איז פיל מיט דביקות בה’, הארץ און נשמה, יעצט ווען מיר שטייען פאר קבלת התורה דארפן מיר מקבל זיין מיט א פרישקייט און אריין טראַכטן פארוואס מיר האבן זוכה געווען צו באַקומען די תוה”ק, און אריין לייגן אלע אונזערע כוחות זוכה צו זיין צו די פנימיות התורה, די חיות, די געשמאק, די ליכטיגקייט, די לעבנסשטייגער פון די תורה און זיין פון די וואס זענען מקיים די מצוות התורה פון ובחרת בחיים!

לסיכום געדענק:

  • כי הם חיינו וארך ימינו… די תוה”ק איז אונזער לעבן אָן איר קענען מיר נישט עקזעסטירן.
  • די עיקר פון מצוות התורה איז נישט די גוף נאר די הארץ און נשמה.
  • שטעל אוועק דיין אייגן דגל-פָאן וואס טוט דיר כסדר דערמאנען וואס דיין תפקיד אויף די וועלט איז.

ושבתה הארץ שבת לה’..!

בס”ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

לעצטע וואך האבן מיר אדורך געשמועסט דער ענין פון “תמימות תהיינה”, גאנץ זאלן זיי זיין, השי”ת וויל אז מיר זאלן ציילן ספירה טאג נאך טאג און צוזאם רעכענען איינס צום צווייטן אָן קיין שום הפסק, כדי דאס צו ערפילן דארפן מיר לעבן מיט די מחשבה פון טוען די ווילן פון השי”ת, דאס הייסט אז אפילו דברים גשמיים ווי עסן, שלאפן, ארבעטן, אויב טוט מען עס מיטן ציעל צו טוען די ווילן פון השי”ת איז עס זיך מצטרף צו די טעג וואס מיר וועלן ברענגען מיט זיך לעתיד לבא, און דאס זענען די ימי הספירה, טעג וואס מיר ארבעטן צו ווערן נענטער צו השי”ת און טוען דעם רצון ה’ בשלימות, און טאקע דערפאר ציילן מיר טעג, אבער נישט סתם טעג, נאר טעג וואס מיר האבן זיך איינגעקויפט און זיי געמאכט אינגאנצען אונזערס לעולמי עד.

עס איז אבער באוואוסט פון חז”ל אז די ימי הספירה האט אין זיך נאך א זייט, דאס איז דער ענין פון אבלות, די טעג זענען טעג פון צער און טרויער, מיר מאכן נישט קיין שמחות, מיר הערן נישט קיין מוזיק וכו’ כדי צו פארשטיין דער ענין לאמיר אריין קוקן אין חז”ל ווי די גמרא זאגט אין מסכת יבמות (סב ב) שנים עשר אלף זוגים תלמידים היו לו לרבי עקיבא מגבת עד אנטיפרס וכולן מתו בפרק אחד מפני “שלא נהגו כבוד זה לזה”  –  צוועלף טויזענט פּאָרן תלמידים האט רבי עקיבא געהאט (דאס מיינט פיר אין צוואנציג טויזענט נפשות) און זיי זענען אלע געשטארבן ווייל זיי האבן נישט נוהג כבוד געווען איינער פארן צווייטן, און די גמרא זאגט ווייטער כולם מתו מפסח ועד עצרת דאס אלעס האט פאסירט צווישן דעם יו”ט פסח און שבועות, נאר הענדיג די רייד פון חז”ל כאפט אָן א ציטער און ס’פרעגט זיך ..ווייל זיי האבן נישט געגעבן כבוד איינער פארן צווייטן פאר דעם זאל קומען אזא געפערליכע עונש? אויך פרעגט זיך, פארוואס טאקע זענען זיי באשטראפט געווארן דוקא אין די טעג צווישן פסח און עצרת?

לאמיר אריין קוקן אין די וואכעדיגע פרשה וואו די תוה”ק איז אונז מצווה די מצוה פון שמיטה דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וכו’ וְשָׁבְתָה הָאָרֶץ שַׁבָּת לה’ שֵׁשׁ שָׁנִים תִּזְרַע שָׂדֶךָ וְשֵׁשׁ שָׁנִים תִּזְמֹר כַּרְמֶךָ וְאָסַפְתָ אֶת תְּבוּאָתָהּ וּבַשָּׁנָה הַשְּׁבִיעִת שַׁבַּת שַׁבָּתוֹן יִהְיֶה לָאָרֶץ  –   און די ערד זאל רוען א שבת פאר השי”ת, זעקס יאר זאלסטו אָנזייען די פעלדער און וויינגערטנער, איינזאמלען די תבואה, און ביים זיבעטען יאר זאלסטו רוען פאר השי”ת. דאס אז די תוה”ק הייבט אָן מיט די ווערטער ושבתה הארץ שבת לה’ דארף א הסבר, עס וואלט קודם געדארפט שטיין שש שנים תעבוד, מען זאל ארבעטן זעקס יאר, און דערנאך ושבתה הארץ שבת לה’, אז ביי די זיבעטע יאר זאל זיין שמיטה, ווייל רוען קומט דאָך געווענליך נאָכן ארבעטען?

רש”י זאגט מה ענין שמיטה אצל הר סיני והלא כל המצות נאמרו מסיני? אלא מה שמיטה נאמרו כללותיה (ופרטותיה) ודקדוקיה מסיני, אף כולן נאמרו כללותיהן ודקדוקיהן מסיני  –  וואס איז דער ענין פון שמיטה צו הר סיני? נאר עס קומט אונז לערנען אז אזוי ווי ביי שמיטה האט די תוה”ק געשריבן איעדע קליינע פרט ופרט אזוי אויך ביי די אלע אנדערע מצוות וואס זענען געגעבן געווארן ביי סיני איז עס געזאגט געווארן מיט איעדע פרט ופרט. רש”י הקדוש האט טאקע זייער שיין פארענטפערט דער שייכות פון שמיטה מיט הר סיני, אבער די קשיא איז נאך אלץ שווער פארוואס עפעס דוקא ביי שמיטה האט די תוה”ק געשריבן מיט אלע אירע פרטים און דקדוקים?

ברוך איז געווען א קינד פון זייער א אָרימע און צובראכענע שטוב, ער איז שטענדיג געווען דער שוואַכיטשקער אינגל אין קלאס, ביי ריעסעס פלעגט ער גיין שנאָרן פון אנדערע קינדער, ער פלעגט אלץ קומען מיט צוריסענע ספרים וואס ער האט געטראפן ביי די שמות טראָק, אבער ברוך’ל פלעגט אלץ זאגן ווען איך וועל גרויס ווערן וועל איך קיינמאל נישט פארגעסן פון די אָרימע און צובראכענע, איך וועל זיי העלפן און זיכער מאכן אז יעדע קינד קומט און חדר אייניג ..איך וועל זיי געבן נייע ספרים, ריעסעס, שפילצייגן, בקיצור אייביג שטיין צום האנט פון קינדער וואס דארפן, נישט ער אליין און נישט אנדערע האבן זיך אמאל געחלומט אז עפעס וועט נאך פון דעם ברוך ווערן…

די יארן לויפן אדורך און די רעדל האט זיך א דריי געגעבן ברוך האט זייער שיין מצליח געווען און זיינע געשעפטן, היינט איז ער שוין דער באוואוסטער ר’ ברוך, ויהי היום איין שיינעם טאג שטייט דער מנהל פון זיין אמאליגער חדר ביים טיר … שלום עליכם ר’ ברוך וואס מאכט איהר עפעס אזוי, ווי גייט עס, מיר ווילן אייך נישט אויפהאלטן מיר זענען געקומען נאך געלט פאר א קינד ביי אונז אין מוסד וואס דארף הילף… ר’ ברוך געבט א האַק איבער איין מינוט אנטשולדיגט מיר, איך בין זייער פארנומען איך האב יעצט א וויכטיגע מיטינג רופט מיר אביסל שפעטער, ר’ ברוך דרייט זיך כסדר ארויס מיט כל מיני סיבות און תירוצים.

דעם קומעדיגן טאג הערט זיך א קלאפ אויף די טיר און דא קומט אָן א גרויסן טורעם פינעם מוסד זיי שיקן א ריזיגן מתנה, אלעס מיטן ציעל און האָף ארויס צו זעהן אפאר דאלער פון ר’ ברוך, אבער ברוך איז ווייט פון דער אלטער טיילער, ער האט אינגאנצן פארגעסן די מצב וואס ער איז אמאל געווען, ער האט אינגאנצן פארגעסן פון זיינע גאלדענע געדאנקן וואס ער פלעגט האבן, יעצט לעבט ער פארזינקן און זיין אייגן רייכען לעבן.

אין אפיס פינעם תלמוד תורה ברעכט מען זיך קאפ ווי נישט האט ער דא געלערענט, און געהאט אזעלכע גוטע געדאנקן, מען האט שוין אלעס פרובירט און אין קול ואין עונה ס’גייט נישט, ער מאכט זיך גארנישט וואוסענדיג, ביז דער מנהל געבט זיך א כאפ און הייבט אויף א טעלעפאן צו ר’ ברוך און מיט א ווארימע שטימע זאגט ער: טייערע ר’ ברוך, דערמאן דיך נאר דיינע קינדערישע יארן, דערמאן דיך וואס די ביסט אדורך ווען די פלעגסט קומען אין חדר מיט ליידיגע הענט, ווי שווער עס איז דיר געווען, דערמאן דיך ווי שווער די האסט זיך געמיטשעט צו פארשטיין א שטיקל גמרא און ווי די האסט געהאפט צו לערנען מיט א גוטע חברותא, דערמאן זיך ווי אזוי ס’שפירט צו זיין דער שוואכע … ברוך געבט א האק איבער און מיט א צובראכן שטימע זאגט ער, ס’איז גענוג איך דערמאן זיך שוין גוט.. ווי פארשטענדליך האט ר’ ברוך געטוען אלעס אין די וועלט צו העלפן די וואס דארפן הילף.

אין חז”ל זענען פארהאן אסאך טעמים אויף די מצוה פון שמיטה, איינע פון די שטארקע טעמים איז אונז צו לערנען, אז מיר זאלן געדענקן אז עס איז געווען א צייט וואס מיר האבן נישט געהאט קיין פרנסה, אלעס וואס מיר האבן יעצט ווי למשל דעם פעלד וכדומה איז אמאל געליגן ביי א צווייטן אין די האנט, עס איז א מתנת חנם פון השי”ת, ער האט עס אונז געגעבן, און יעצט ווען מיר זענען ב”ה זוכה צו האבן, ס’גייט ב”ה גוט, דארפן מיר געדענקן אז עס איז געווען אמאל א טאג וואס מיר האבן נישט געהאט און דעמאלטס האבן מיר זיכער געטראכט מחשבות ווי “ווען איך וועל האבן וועל איך” איך וועל זיכער מאכן אז מיינע חבירים זענען מסודר, איך וועל טיילן גרויסע צדקות וכו’ וכו’ יעצט ווען השי”ת ברוב רחמיו געבט יא, יעצט אז מיר זענען זוכה צו האבן, דארפן מיר געדענקן פון אונזערע חבירים, זיי אויפזיכן, און זיך אויף זיי נאך פרעגן, אפשר דארף ער הילף, אפשר מיטשעט ער זיך אויף פרנסה און מיט אפאר דאללער קענען מיר אים גרינגער מאכן, מיט א קליינע חיזוק קענען מיר אים ליכטיג מאכן, ואהבת לרעך כמוך מיר דארפן זיך אריין לייגן אין זיין מצב, געדענקן פון ווי מיר קומען און ווער ס’געבט אונז, געדענקן ווי מיר האבן געשפירט פאר מיר האבן באקומען און זוכה געווען, געדענקן אלעס וואס מיר האבן געטראכט און געפלאנט, און יעצט לעבן אזא סארט לעבן.

דאס זאגט אונז די תוה”ק אין די פרשה פון שמיטה ושבתה הארץ שבת לה’, עס פאנגט זיך אָן מיט א שבת, וואס שבת איז א צייט וואס מען ארבעט נישט, מען האט די צייט צו זיין און קאַנטאַקט מיטן מחשבה צו מאכן א חשבון הנפש און טראכטן פון א צווייטן, און שפירן דאס וואס מיין חבר שפירט, דערנאך געבט זיך די רעדל א דריי ווי די פסוק זאגט שש שנים תזרע זעקס יאר זאלסטו אָנזייען מען ארבעט פלייסיג און בסייעתא דשמיא איז מען מצליח די ביזנעס פאנגט אָן בליען, און די אלע גוטע פלענער און מחשבות ווי …וואס ס’וועט זיין ווען איך וועל האבן, ווערן פארגעסן, מען פארגעסט אז דער חבר האט נישט, און דער אנדערע חבר מיטשעט זיך, זאגט די תוה”ק ובשנה השביעית שבת לה’, ביים זיבעטע יאר שטעל זיך אָפ, ארבעט נישט, ס’איז נאכאמאל א צייט פון חשבון הנפש א יאר פון שפירן וואס דיין חבר גייט אדורך, א יאר פון לאזן אלעס הפקר פאַרן אָרימאַן און זיך אריין לייגן אין זיין מצב, מיט שפירן וואס דאס הייסט אז מען האט נישט קיין פרנסה און זיך דערמאנען אז אויך איך האב אמאל גארנישט געהאט.

שמיטה איז זייער א יסודות’דיגע מצוה ווי מיר זעען ביי די תוכחה אז תרצה הארץ את שבתותיה, אז טאמער די אידישע קינדער וועלן נישט האלטן שמיטה וועלן זיי ווערן פארטריבן פון הייליגן לאנד, ווייל אז מען פארגעסט זיך אומצוקוקן אויף א צווייטען איד דעמאלטס פארלירט מען אלעס, וועגן דעם זאגט אונז רש”י אז דער ענין פון שמיטה האט פרטים וואס איז אזוי יסודות’דיג אז דוקא ביי דעם האט די תוה”ק געשריבן די פרטים און נישט ביי אנדערע, ווייל דער ענין איז א איינע פון די יסודי היסודות “לייג זיך אריין אין דיין חבר’ס מצב”.

לאמיר זיך פארשטעלן ווי מיר גייען אין גאס און פלוצלינג זעהן מיר ווי איינער האַקט און זעצט אויף א קליין ביימעלע, פארשטייט זיך אז מיר וועלן אים גלייך אָפשטעלן, וואס טוסטו מיט דעם קליין יונג ביימעלע?! אבער אז מיר וועלן זעהן ווי איינער האַקט אויף א גרויסע בוים וועלן מיר זיך נישט אפשטעלן און עס אפשר ניטאמאל באמערקן, ווייל ווי פארשטענדליך א יונג ביימעלע וואס ער האלט נאך אינמיטן וואקסן איז מיט א קליין האַק וועט ער אויסגעריסן ווערן, אבער דער גרויסע בוים קען מען האַקן און האַקן ער בלייבט שטיין פעלזן פעסט.

די ימי הספירה זענען טעג פון גידל, טעג וואס מיר וואַקסן, און ביי טעג וואס מען וואַקסט איז א יעדע קליינע האַק זייער שעדליך און גאר א גרויסע סכנה, די הייליגע תלמידי רבי עקיבא וואס האבן נישט נוהג כבוד געווען זה לזה, זענען אוועק גענומען געווארן דוקא אין די ימי הספירה ווייל פון הימל האט מען שטארק מקפיד געווען, ווייל עס זענען טעג פון וואקסן און א יעדע קלייניגקייט, א קליינע האַק און אפילו נישט דוקא א האַק נאר זיך נישט נוהג כבוד זיין איינער פארן צווייטן ריכטיג מאכט א גרויסע און שטארקע רושם.

טייערע חבירים! יעצט ווען מיר שטייען אין די וואך פון יסוד, ארבעטן מיר אויף די יסודות וואס די תוה”ק שטעלט אונז אוועק און טאקע די הייליגע תנא רבי עקיבא איז דער וואס זאגט אונז ואהבת לרעך כמוך “זה כלל גדול בתורה” עס איז א יסוד גדול בתורה, האב ליב דיין חבר פונקט ווי זיך, און אונזער פרשה גייט א טריט ווייטער און לערענט אונז דער ענין פון שמיטה, לייג זיך אריין אין דיין חבר’ס מצב זעה וואס ער גייט אדורך, געדענק אז נישט צו לאנג צוריק האסטו אויך נישט געהאט, און שטעל זיך אפ איעדע שטיק צייט און מאך שבת! א טאג פון חשבון הנפש, א צייט וואס די לייגסט זיך אריין אין דיין חבר’ס שיך און שפירסט ווי ער שפירט, און ווען ער וויינט, וויינסטו, און ווען ער שמייכלט, שמייכעל’סטו!

לסיכום געדענק:

  • יעצט ווען די האסט, שטעל זיך אפ איעדע שטיק צייט און מאך א חשבון הנפש.
  • ס’איז געווען א טאג וואס די האסט נישט געהאט, און געמאכט פלענער אז ווען די וועסט האבן.
  • שטעל אלעס אָפ און לייג זיך אריין אין דיין חבר’ס מצב, שפיר מיט וואס ער גייט אדורך!

בזמן שישראל עושים רצונו..!

בס”ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר שטייען יעצט אין די טעג וואס מיר זענען מקיים די מצוה פון ספירת העומר, און טאקע די וואך אינעם פרשה געפינען מיר די פסוקים ווי השי”ת איז אונז מצווה אז מיר זאלן ציילן, ווי די פסוק זאגט:

וּסְפַרְתֶם לָכֶם מִמָחֳרַת הַשַּׁבָּת מִיּוֹם הֲבִיאֲכֶם אֶת עֹמֶר הַתְנוּפָה שֶׁבַע שַׁבָתוֹת תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה   –   איר זאלט ציילן פאר ענק, פון צומארגנס נאך שבת, פון די טאג וואס איר ברענגט די עומר התנופה, זיבן גאנצע וואכן זאלן זיי זיין. מיר ציילן די טעג וואס אידישע קינדער זענען ארויס פון מצרים און אנגעפאנגען גיין אקעגן קבלת התורה מיט שמחה, איעדן טאג ווערט געציילט מיט א באזונדערע ליבשאפט …אט שטייען מיר שוין א טאג נענטער און נאך א טאג נענטער צום גרויסן מעמד הר סיני, אז מען קוקט אריין אין די תוה”ק באמערקט מען אז דער יו”ט שבועות – קבלת התורה איז נישט קיין ספעציעלן טאג אינעם תורה קאַלענדער ווי אלע אנדערע ימים טובים, נאר עס איז דער טאג וואס איז איינס נאך די 49 טעג, וואס פאנגט זיך אָן די צווייטע נאכט יו”ט פסח ממחרת השבת און ציעט זיך 49 טעג, ווייל די תכלית פון יציאת מצרים איז קבלת התורה, און נאר ווען מיר ענדיגן די 49 טעג גייען מיר אונטער די חופה.

לאמיר פארשטיין, אויב די סיבה פארוואס מיר ציילן איז ווייל מיר ווארטן מיט בענקשאפט און חביבות צום גרויסן טאג פון קבלת התורה, וואלט מען געדארפט ציילן פארקערט פון 49 און אראפ 48, 47, 46 און אזוי ווייטער, ווי א טאג נענטער זאל מען וויסן אז מען האט נאך פארבליבן א פאָר טאג, ביז מען וועט אנקומען צו 1 און דענאך איז יו”ט, וואס איז דער פשט אז מען ציילט אויף ארויף איין טאג און נאך א טאג ביז 49?

בכלל דארף מען פארשטיין דער לשון פון וספרתם “לכם” איר זאלט ציילן פאר ענק, וואס איז פשט פון דעם “לכם”, סוכות איז דא דער ענין פון ולקחתם לכם, די ד’ מינים דארף זיין אייגנס נישט געגנבעט, פסח ווייסן מיר איז דא מה העבודה הזאת לכם – לכם ולא לו דער רשע טיילט זיך אפ פון זיינע ברידער, אבער ביי ספירה וואס איז דער וספרתם לכם?

מיר געפינען אין מדרש (ויק”ר פר’ כ”ח פס’ ג’) תני רבי חייא שבע שבתות תמימות תהיינה, אימתי הן תמימות? בזמן שישראל עושין רצונו של מקום.   –   די פסוק זאגט אונז אז מיר דארפן ציילן זיבן וואכן און “זיי זאלן זיין גאנץ”, פרעגט רבי חייא ווי אזוי איז שייך תמימות-גאנץ אויף צייט, ווי קען מען זאגן א גאנצע מינוט, אדער א צובראכענע מינוט, א האלבע שעה איז א האלבע שעה ס’איז נישט דא קיין צובראכענע שעה, וואס איז פשט אין פסוק שבע שבתות “תמימות”? אויך האט געבאַדערט פאר רבי חייא, א זאך וואס באדערט אונז אויך אסאך, ווי אזוי איז שייך אז מען זאל ציילן זיבן גאנצע וואכן פאר השי”ת, ווי איז שייך אז א מענטש זאל לעבן אינגאנצן פאר השי”ת ווען א גרויס חלק פונעם טאג טעגליכן לעבן זענען מיר פארנומען מיט וועלטליכע זאכן וואס מיר מוזן טוען ווי למשל שלאפן, עסן, ארבעטן, העלפן אין שטוב און אזוי ווייטער, זאגט אונז רבי חייא עטליכע קורצע ווערטער “בזמן שישראל עושים רצונו של מקום”, לאמיר אריין קוקן מיט א טיפערן בליק און פארשטיין וואס רבי חייא ענטפערט אונז און וואס ליגט אין זיינע ווערטער, און מיט דעם זיך קענען גרייטן צום הייליגן יו”ט שבועות הבא עלינו לטובה.

דוד שפאצירט זיך מיט זיין טייערע חבר חיים אויפן גאַס, אזוי שפאַצירנ’דיג גייען זיי פארביי פארענט פון א גרויסע באַנק, דוד’ל קוקט אריין דורכן פענסטער און זעט ווי איינע פון די איינגעשטעלטע אינעם באנק ציילט טויזענטע דאלארן… ווייזט ער פאר זיין חבר חיים געב א קוק ווי רייך יענער באַנקיר איז, ער ציילט טויזענטער דאלאר אין קעש, חיים זאגט אים צוריק דוד וואס פארשטייסטו נישט, דער ציילער איז נאר א פשוטע איינגעשטעלטער אינעם באַנק, ער איז גאָר ווייט פון רייך, ס’איז נישט זיין געלט, אלעס באלאנגט פאר פריוואַטע מענטשן וואס האלטן דא זייערע געלט… אזוי ווי זיי שטייען און שמועסן, זעהן זיי פלוצלינג ווי חצקל שפאצירט אריין און באנק און זינגט זיך אונטער א לידעלע, ווען מיט ביידע הענט שלעפט ער א גרויסע זעקל וואס האלט אט אט ביים פלאַצן אנגעפילט מיט כלערליי מטבעות קוואדערס, דיימס, ניקעלס, און בעיקר פעניס, חצקל גייט צו צום באנקיר און בעט, מען זאל אים עס אויפטוישן פאר דאללארס, דוד און חיים זייענדיג נייגעריג וויפיל די סך הכל וועט אויסקומען, גייען זיי אריין און ווארטן אויס ביז חצקל מיטן באנקיר ענדיגן ציילן דאס באַרג מטבעות, צום סוף נעמט דער באַנקיר ארויס זיבן און אכציג דאללאר און געט עס פאר חצקל, חצקל צושמייכלט זיך פון אויער צו אויער, און גייט ארויס מיט א טענצל, רופט זיך חיים אָן, דוד די זעסט! חצקל האט טאקע נישט קיין טויזענטערס אבער דאס וואס ער האט, די פָאר דאללער וואס ליגט ביי אים אין האנט איז אלעס זיין געלט!

די רמב”ם (הלכות דעות פ”ג ה”ג) זאגט: אפילו בשעה שהוא ישן, אם ישן לדעת כדי שתנוח דעתו עליו וינוח גופו כדי שלא יחלה, ולא יוכל לעבוד את ה’ והוא חולה, נמצאת שינה שלו עבודה למקום ברוך הוא, ועל ענין זה צוו חכמים ואמרו וכל מעשיך יהיו לשם שמים   –   אפילו ווען א מענטש שלאפט, אויב שלאפט ער כדי ער זאל זיין אויסגעריהט און האבן כח צו דינען השי”ת ווערט זיין גאנצע שלאף א חלק פון זיין עבודת ה’, אזוי אויך איז ווען א מענטש עסט, אויב עסט ער צו האבן כח, איז דאס רצון ה’, דאס הייסט אז אפילו א וועלטליכע-גשמיותדיגע זאך וואס א מענטש טוט אדער איז פארנומען מיט, אויב איז די ציעל אז דאס זאל אים ארויסהעלפן אז ער זאל קענען דינען השי”ת ווערט דאס אויך הייליג און א שטיק רוחניות.

השי”ת האט אונז אראפ געשיקט אויף די וועלט אז מיר זאלן אויסניצן איעדע רגע פון אונזער לעבן פאר עבודת ה’, ווי די משנה י”ד אין די וואכעדיגע פרק זאגט אונז יָפָה שָׁעָה אַחַת בִּתְשׁוּבָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בָּעוֹלָם הַזֶּה, מִכָּל חַיֵּי הַעוֹלָם הַבָּא. איעדע מינוט און איעדע אטעם וואס מיר האבן פאר די קורצע זיבעציג-אכציג יאר איז א מתנה וואס מיר דארפן אויסנוצן, מיטן עס אָנפילן און  קונה זיין, אנצוקניפן א קשר מיט השי”ת, איעדע טאג וואס איז אויסגעניצט צום גוטן איז אונזערס פאר אייביגע אייביגקייטן, די טעג ברענגן מיר מיט, מיט זיך לעתיד לבא און זאגן צו השי”ת הנה אט זענען “מיינע” טעג, ווי די פסוק זאגט אברהם זקן “בא בימים” וה’ ברך את אברהם בכל, אברהם איז געקומען מיט זיינע טעג, טעג וואס זענען געווען פיל מיט עבודת ה’, “גאנצע טעג” ער האט אפגעקויפט דעם טאג עס איז געווארן זיינס, די “גאנצע” טאג איז געווארן זיינס אפילו די צייט וואס ער האט אויסגעגעבן אויף קאכן פאר געסט, אכט געבן און פאַשענען זיינע שָאף, פארברענגן מיט מענטשן וכו’ וכו’ אלעס איז געווארן איין גרויסע לעבן, טעג פון עבודת השם.

ספירת העומר, איז א מצוה וואס השי”ת פארלאנגט מיר זאלן ציילן די טעג, ווייל צו קענען זיין גרייט צו קבלת התורה דארף מען זיך מטהר זיין, און זיך אויסלערנען ווי אזוי אפצוקויפן גאנצע טעג פאר עבודת ה’, אבער נישט אַבי ציילן די חשבון פון וועלכע טאג ס’איז היינט נעכטן אדער מארגן, ווייל סתם ציילן טעג פונעם קאלענדער איז עס נישט דיינס, ס’איז פונקט ווי דער באנקיר ציילט יענעמס געלט, נאר וואס דען השי”ת וויל אז מיר זאלן ציילן אונזער אייגענע טעג, דער טאג זאל ווערן אונזער’ס א טאג, וספרתם לכם ציילטס פאר ענק, זיי די בעל הבית אויפן טאג, די ארבעט איז נישט ווי סאך די האסט אויפגעטוהן היינט, נאר די עיקר איז אזוי ווי חצקל אז דאס וואס די האסט יא זאל זיין אינגאנצן דיינס. דאס ענטפערט אונז רבי חייא בזמן שישראל עושין רצונו של מקום… אויב א איד טוט דעם רצון ה’ אפילו דברים גשמיים ער עסט ער שלאפט, ער ארבעט, ער פירט געשעפטן וכדומה אויב זיין ציעל איז רצון ה’ ווי למשל צו קענען ברענגן פרנסה אין שטוב, צו האבן כח צום לערנען, צו קענען מחנך זיין זיינע קינדערלעך, ווערט אלעס רצון ה’, און זיינע טעג ווערן גאנצע-תמימות פאר השי”ת עס האט נישט קיין שום הפסק, איי ער לערנט נישט דורך גאנץ ש”ס, און זאגט נישט אויס תהלים איעדן טאג, נאר פארברענגט האלב פון זיין לעבן אין אפיס וכדומה, אבער וויבאלד ער טוט עס נאר כדי צו קענען ברענגן פרנסה אין שטוב ווערט זיין ביזנעס רצון ה’, זיין גשמיות’דיגע ארבעט ווערט א שטיק רחניות, א חלק פון זיין עבודת ה’, און ס’ווערט א טייל פון זיינע גאנצע טעג, וואס דער מענטש לייגט זיך אוועק.

שבועות איז טייטש וואכן, און וואכן ווייסט איעדער באשטייט פון טעג, אָן טעג איז נישט דא קיין וואכן, דערפאר ציילן מיר אויף ארויף ..46 ..47 ..48 ווייל מיר נעמען מיט אלע טעג מיט זיך און מיר מאכן וואכן דערפון, אלעס אריינצוברענגן אין אונז די מהלך החיים אז אלעס ציילט און אלעס ווערט איין גרויסע שטיק תמימות תהיינה, איעדע רגע, איעדע שריט און טריט איז א חלק פון אונזער טייערער פארמעגן וואס מיר זאמלען און לייגן אריין א טאג אויף א טאג אין אונזער דעפאזיט באקס לנצח ולעולמי עד.

מיט דעם קען מען פארשטיין דאס וואס גלייך נאך די ברכה פון ספירת העומר זאגן מיר די תפילה פון הרחמן הוא יחזיר לנו עבודת בית המקדש למקומה במהרה בימינו, ווייל די עומר רופט זיך עומר “התנופה” וואס האט געטראגן די סימבאל פון נעמען דברים גשמיים און זיי אויפהייבן צו ווערן א קרבן לה’, מיר נעמען אונזערע פשוטע גשמיות’דיגע ענינים און הייבן זיי אויף צו ווערן איין שטיק רחניות.

דאס איז אויך די מידה פון הוד-הודאה, מודה זיין צו השי”ת אז אלעס איז ער, אלעס אויף די וועלט ביסטו געטרייע טאטע, און ווען דער מענטש איז מכיר אז השי”ת איז אלעס, ואין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה, ברענגט דאס אריין אין אים א געוואלדיגע התבטלות צו השי”ת, דער מענטש פאנגט אָן אריין ברענגן השי”ת אין זיין טעגליכן גשמיות’דיגע לעבן און אויף אלעס וואס ער טוט אדער וואס ער גייט טוען מאכט ער זיך כסדר דעם חשבון אז איז דאס רצון ה’?! איז דאס די ווילן פון השי”ת?!

לסיכום געדענק:

  • די ביסט דא אויף די וועלט צוריק צו ברענגען אנגעפילטע טעג פון עבודת ה’.
  • שלאפן, עסן, ארבעטן, אויב די ציעל דערפון איז עבודת ה’, איז עס א חלק פון דיינע גאנצע טעג.
  • תמימות תהיינה… מאך זיי פאר איין גאנצע שטיק, צייל טאג ביי טאג!

קדושים תהיו.. כי קדוש אני..!

בס”ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

ווער פון אונז געדענקט נישט אלץ קינד, ווי דער רבי אין חדר פלעגט פארציילן: אמאל אין א קליין שטעטל אינעם ווייטן אוקריינע איז געווען א חבורה פון “הייליגע אידן”, און זיי די “הייליגע אידן” פלעגן זיין דבוק בה’ צוגעבינדן צו השי”ת איעדן מינוט אין טאג, אזוי זענען די “הייליגע אידן”… וכו’ וכו’ אריין קוקענדיג די וואך אינעם פרשה געב איך זיך א כאַפ איין מינוט די “הייליגע אידן” זענען נישט עפעס א חבורה אין א ווייטן שטעטעלע, אדער אין א אלטע מעשה ביכל, נאר די תוה”ק פארלאנגט עס אויך פון איעדן פשוטן איד, ווי די פסוק זאגט:

דַּבֵּר אֶל כּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאָמַרְתּ אֲלֵהֶם קְדשִׁים תִּהְיוּ כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי ה’ אֱלֹקֵיכֶם:   –   ברענגט רש”י די מדרש (ויקרא רבה) מלמד שנאמרה פרשה זו בהקהל   –   השי”ת זאגט פאר משה רבינו רוף צוזאם “גאנץ כלל ישראל” און זאג צו זיי “קדושים תהיו” הייליג זאלט איר זיין, ווייל הייליג בין איך השי”ת, די תוה”ק פארלאנגט אז מיר זאלן זיין א הייליג פאלק, עס איז נישט א שיינע, פרומע, אדער חסידישע זאך, ס’איז נישט עפעס וואס מען זאגט פאר די חשובע אדער די אויסגעוועלטע, נאר פאר א יעדע איד, ווי די פסוק זאגט דבר אל כל עדת בני ישראל, פאר אלע אינאיינעם יעדער איז גלייך, קדושים תהיו, און די טעם פארוואס איר זאלט זיין הייליג איז ווייל כי קדוש אני, השי”ת אונזער טאטע ער איז הייליג, דערפאר טראגן מיר אלע א הייליגקייט.

די מפרשים זאגן אז עס איז געזאגט געווארן ממש ווי ביי קבלת התורה מען האט צוזאם גענומען מענער פרויען און קינדער, דארפן מיר פארשטיין א) פארוואס טאקע האט מען געדארפט האבן גאנץ כלל ישראל צוזאמען בהקהל? ב) ווי אזוי איז מען מקיים די מצוה פון זיין הייליג? ג) אויב די סיבה פארוואס מיר זענען הייליג איז ווייל מיר זענען קינדער פון אזא הייליגען טאטן זענען מיר דאָך שוין אוטאמאטיש הייליג, בקיצור: וואס איז אונזער ארבעט?

די זוהר הקדוש אין אונזער פרשה זאגט: כד הוו מטו חבריה קדישא להאי פרשתא הוו חדאין   –   ווען די הייליגע בני חבורה זענען אנגעקומען צו די פרשה פון קדושים, זענען זיי געווארן פרייליך… דארף מען פארשטיין וואס ליגט אין די פרשה וואס האט געברענגט די חבריה צו שמחה?

די וואך לערנען מיר אבות פרק ג’ לאמיר אריין קוקן אין משנה י”ד חֲבִיבִין יִשְׂרָאֵל שֶׁנִּקְרְאוּ בָנִים לַמָקוֹם. חִבָּה יְתֵרָה נוֹדַעַת לָהֶם שֶׁנִּקְרְאוּ בָנִים לַמָקוֹם, שֶׁנֶּאֱמַר (דברים יד), בָּנִים אַתֶּם לַה’ אֱלֹקֵיכֶם.   –   די משנה פאנגט אָן און זאגט: באליבט זענען די אידישע קינדער צו הקב”ה אז זיי ווערן אָנגערופן קינדער צו השי”ת, א באזונדערע ליבשאפט איז דאס אז השי”ת איז אונז מודיע אז מיר זענען זיינע קינדער ווי עס שטייט אין פסוק בנים אתם לה’. די צווייטע חלק משנה דארף מען פארשטיין, וואס איז דער ענין פון די באזונדערע ליבשאפט דערמיט וואס השי”ת לאזט אונז וויסן אז ער רופט אונז קינדער?

אונזער חבר יענקל פארט זיך צום ערשטן מאל קיין ארץ ישראל מיט זיינע צוויי חבירים ברוך און זלמן, ער האט זיך שוין געזעגנט פון זיינע נאנטע און גיטע פריינד, און מיט’ן האנט באגאזש אין זיין האנט שפאצירט ער ארויף אויפן גרויסן ערעפלאן… ער זעצט זיך אויף זיין זיץ וואס שטייט אויפן טיקעט… ס’פאַלט אים נישט ביי אין וואוסטן חלום אז זיין זיץ איז עפעס ספעציעל, שטעלט זיך אבער ארויס אז זיין טרעוול אגענט האט אים איינגעהאַנדעלט א זיץ אינעם ערשטע קלאס אבער אונזער יענקל האט נישט דאס מינדעסטע אנונג וועגן פארשידענע זיץ קלאסן אויפן פליגער… אזוי זיצט ער זיך באקוועם, שלאפט און דרימלט, גייט און קומט, ווען פלוצלינג קומט צו איינע פון די מאַנטשאפט און זאגט …אנטשולדיגט, אזוי ווי איר פארט ערשטע קלאס האט איר דעם פראוועליגיע זיך אויסצוקלויבן פונ’ם ריזיגע אויסוואל פון כל מיני סארט עסן, טרינקן, אונטערהאלטונגען, און שפילצייגן, און וואס נישט… ער שפרינגט אויף אינגאנצן שאקירט …בין איך אין פעירסט קלאס?! יא דאס איז די ערשטע קלאס! (די זעסט נישט ווי באקוועם ס’איז?!) ער בייגט זיך איבער צו זיינע חבירים און וועקט זיי אויף …ברוך …זלמן שלאפט נישט… זיי שפרינגען אויף היסטעריש וואס איז געשעהן?! די פליגער פאלט??!! און ער שרייט אויס ניין “מיר פארן פעירסט קלאס”, די שמחה גיסט איבער, ער שטעלט זיך אויף און שפאצירט צו צום צווייטן קלאס און דערנאך צום דריטן קלאס, ער שפירט זיך ממש דערהויבן גאר הויעך …ווען האב איך געחלומט אז איך וועל זוכה זיין צו פארן ערשטע קלאס, און זיין א חלק פון די ערשטע קלאס מענטשן, ער פאררעכט זיך די היט און מאכט זיך בעל בתיש ווי עס פאסט פאר א עושר און איש מכובד, ער קוקט זיך צו אויף אלע זיינע שכינים און פאנגט זיי אָן נאך מאכן אויף טריט און שריט, ער ווארפט בליקן פארן עולם ווי …די ווייסט ווער איך בין?! איך פאר פעירסט קלאס, און ער פאנגט אָן אויסניצן זיינע רעכטן טרינקט און עסט, הענגט אויף זיין רעקל, לייגט אראפ דעם זיץ ווי א בעטל, שפרייט זיך אויס, און פאנגט אָן ליינען וואס נאך מעלות ערשטע קלאס פארמאגט, ער וויל אויסניצן די פלאץ צום פולסטן. יענקל זעענדיג ווי זיין טייערע חבר זלמן וועלכע האט זיך קוים ערוועקט פון זיין טיפן שלאף רירט זיך נישט פון ארט געבט ער אים א שאקל: זלמן די כאפסט וואס דא גייט פאר? ווי איז דיין שמחה פארוואס זיצסטו זיך אזוי געמיטלעך כאילו מיר זיצן אין דריטע קלאס?

מיר אלע זענען אראפ געשיקט געווארן אויף די וועלט מיט א ציל ווי מיר דארפן אנקומען, ווי די משנה זאגט העולם הזה דומה לפרוזדור די וועלט איז נאר אדורך גאנג, מיר זענען אונטער וועגנס, און מיר ווייסן בכלל נישט אז דער טרעוול אגענט דער וואס שטעלט אויס אונזער לעבנ’ס פלאן, האט צוגעשטעלט פארן עולם ערשטע קלאס זיצן, מיר קומען ארויף אויפן וואגן און זעצן זיך אוועק ביים ערשטן זיץ אָן טראכטן ווי זיץ איך? ווי בין
איך? איז דער זיץ א מעלה אדער גאר א חסרון? און ווי איז דער ציעל אנצוקומען? און אמאל פארט מען אזוי אדורך דאס גאנצע לעבן און מען באמערקט בכלל נישט אז מען פארט ערשטע קלאס, די גאנצע נסיעה איז פיל מיט מעלות, באקוועמליכקייטן און די פארפאסט אלעס?!… די כאפסט בכלל נישט אז די זיץ אין וואס די זיצט איז פעירסט קלאס… וואספארא רחמנות איז דער מענטש וואס שלאפט אדורך די גאנצע נסיעה און טוט נישט אויסניצן די אלע מעלות, די גאנצער שטאלץ און צופרינדקייט וואס ערשטע קלאס ברענגט מיט זיך, אלעס האסטו נעבן די האנט און די האסט נישט הנאה דערפון?!

דער געטרייע טרעוול אגענט אונזער באליבטע טאטע אין הימל וויל אבער יא זיכער מאכן אז מיר זיינע טייערע קינדערלעך וואס פארן אויף דעם לאנגן שווערן נסיעה זאלן וויסן אז מיר פארן ערשטע קלאס, און צודעם דארף מען “גאנץ כלל ישראל” א מעמד הר סיני מענער, פרויען, קינדער, אלטע יונגע, רייכע און ארימע, יעדער איז גלייך, און טוט אונז אויסלערנען קדושים תהיו הייליג זאלט איר זיין… קינדערלעך איר זיצט אין ערשטע קלאס, פירטס ענק ווי מען פירט זיך אין ערשטע קלאס, זייטס שטאלץ, האלטס זיך הייליג און העכער פון די וואס זענען צווייטן קלאס און אוודאי פונעם דריטע, די ביסט ערשטע קלאס… פירט זיך אויף הייליג, כי קדוש אני ווייל איך השי”ת בין הייליג, פארשטיי די זכיה וואס די האסט, די מתנה וואס איך געב דיר אז די ביסט א חלק פון די ממלכת כהנים וגוי קדוש “די הייליגע פאלק”.

אזוי ווי מיר אלע פארשטייען אז ווען דער גרויסער פרעזידענט זאל זיך פירן נאַריש און קינדעריש וועלן אלע לאכן, און אפשר גאר פארלאנגען ער זאל אפטרעטן פון זיין אַמט… איי וועט איינער פרעגן וואס איז, ער איז אויך א מענטש, ער מעג נישט??! דער תירוץ איז ניין, ווייל ס’פאסט נישט פארן פרעזידענט זיך אזוי אויפצופירן… כ”ש וכ”ש אונז טייערע אידישע קינדער וואס זענען הייליג מיר זענען קינדערלעך פון השי”ת וואס זאגט אויף זיך כי קדוש אני, אז מיר דארפן שטעלן אונזערע יסודות אויף א הויעכע סטאַנדאַרט און פארשטיין אז עס איז מיר א זכיה אז איך בין זוכה צו זיין הייליג, איך ארבעט אויף מיין הייליגקייט און איך בין שטאלץ מיט מיין הייליגקייט… און איך פיר זיך אויף א אויפן וואס עס קומט זיך פאר א הייליגע איד.

דאס איז פשט פונעם משנה חבה יתירה נודעת להם שנקראו בנים למקום, עס איז א באזונדערע חביבות אז השי”ת זאגט אונז און דערמאנט אונז, אז מיר זענען זיינע קינדער און איז אונז מעורר זיך צו פירן ווי עס פאסט פאר א בן מלך פאר א הייליג קינד, און פארשטיין ווי גליקלעך מיר זענען דערמיט, אז מיר זיצן אינעם ערשטן קלאס… ער זאגט און בעט זיך ביי אונז זיי נישט “א אויסגעהאלטענער איד, זיי א הייליגע איד”, און דאס נעמט אריין אלעס אינעם טעגליכן לעבן צו דאס איז …שמירת העינים איך בין א הייליג קינד איך געב אכטונג אויף מיינע הייליגע אויגן, איך קוק נאר אויף דברים הקדושים …שמירת הלשון איך בין א הייליג קינד איך געב אכטונג אויף מיין הייליגע מויל און איך רעד נאר ריינע הייליגע רייד, …שמירת המחשבה איך בין א הייליג קינד איך געב אכטונג אויף מיין הייליגע מח און איך טראכט נאר הייליגע העכערע מחשבות, איך בין א הייליגע איד און אזוי פיר איך זיך מיט שטאלץ…

ווען מיר שטיייען אין די ספירה טעג פון נצח, וואס דאס איז די מידה פון נצחון-אויספירן, מנצח זיין… די ווארט נצח האט אויך אין זיך די ווארט פון נצחי-אייביגקייט, וואס דאס זענען מיר אידישע קינדער “כלל ישראל איז א אייביגקייט פון הייליגקייט” און א וועלט וואס דער יצר טוט כסדר אראפ קלאפן אונזער שטאלץ, ער טוט כסדר אוועק נעמען אונזער הרגשה אז מיר זענען ערשטע קלאס, דארפן מיר מנצח זיין דעם יצר. געדענקן אז אונזער הייליגקייט איז א דבר נצחי און מיט שטאלץ קעמפן העלדיש און נישט מסיח דעת זיין פון די מחשבה אז “יא, איך בין א הייליגע איד”..!

ווען מיר זענען זוכה צו לעבן מיט שטאלצקייט און מיט מחשבות ווי …איך בין זוכה צו זיין אין ערשטע קלאס, איך בין א הייליג קינד פון השי”ת, גיסט זיך איבער אויף אונז א גרויסע שמחה און צופרידנקייט, ווייל איך ווייס ווער איך בין, איך ווייס פון ווי איך קום, איך קען מיין יחוס, און יעצט ווייס איך שוין מיין ציעל אויך, קדושים תהיו!

לסיכום: געדענק

  • זיי נישט א אויסגעהאלטענער איד, זיי א הייליגע  איד! מיט שטאלץ!
  • די ביסט א בן מלך, וואס באלאנגט צו ערשטע קלאס… דער קלאס פון “קדושים תהיו”..!
  • זיי מנצח דעם יצר און שליס דיך אָן אין א לעבן פון נצחיות-אייביגקייט

עבדים היינו, ויוציאנו ה’ אלוקינו..!

בס”ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

ס’גלייבט זיך נישט אבער פסח איז שוין דא! די “לאנגע ווינטער” איז אדורך געלאפן ווי א אויגן בליק, קוים וואס מ’כאפט זיך דאס אטעם… די טעג, די וואכן, פליען… און יעצט שטייען מיר שוין געציילטע טעג פארן הייליגן יום טוב פסח, די הכנות גייען אָן מיטן פולסטן ברען, פון הימל קוקט מען אראפ מיט שטאלץ, ווי טייער זענען די אידישע קינדער, די אידישע טאטעס און מאמעס, וויפיל הארץ, ארבעט, קאפ און מח ווערט אריין געלייגט אין דעם הייליגן יו”ט?! וויפיל צדקה וחסד ווערט פארטיילט צווישן אונז ברידערלעך ‘משפחת כלל ישראל’, און מיר האפן און בעטן אז שוין דאס יאר זאלן מיר זוכה זיין אויף דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג צו קענען שחטן דעם קרבן פסח ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים.

יעצט טייערע חבירים! די הייליגע יו”ט איז א שפאן אוועק, די הייליגע סדר נאכט קומט, די נאכט וואס איז געקריצט ביי אונז אין נשמה, ווי מיר ווייסן אז פילע טויזענטע אידן אפילו די וואס זענען א גאנץ יאר ווייט אוועק פון שמירת תורה ומצות, אבער די סדר טוען זיי מיט אונז צוזאמען אפרעכטן, ס’איז די נאכט וואס כלל ישראל איז געבוירן געווארן, ווי די פסוק זאגט לֵיל שִׁמֻּרִים הוּא לה’, און ענדיגט לְכָל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְדֹרֹתָם, עס איז פאר אלע דורות די נאכט ווי מיר גייען ארויס פון אונזערע גלות’ן, די אלע אותות ומופתים וואס הקב”ה האט אונז געוויזן אין מצרים קומט אריין אין מחשבה און רופט אויס מיט א קלארקייט “ה’ הוא אלוקים”, אין עוד מלבדו, לאמיר נישט זיין נאריש און לאזן די טעג אומזיסט אדורך גיין, עס איז א צייט וואס מען טיילט, מ’קען אָן פילן די טאַשן, ס’איז א צייט וואס אונזערע זיסע קינדערלעך און בני משפחה זיצן מיט אפענע הערצער און ווארטן צו הערן פון אונז אמונה, בטחון, חיזוק, און “אידישקייט”, דאס איז אונזער ארבעט במשך די אכט טעג, צו באגיסן “זיך” און די בני משפחה מיט אמונה בה’, בטחון שמחה און ישועה. לאמיר זיך אויסשמועסן עטליכע נקודות וואס איז כדי ארויס צו נעמען פון אזא גרויסע יו”ט וכל המרבה לספר הרי זה משובח…

מה נשתנה?

מיר פאנגן אָן די הייליגע נאכט און מיר פרעגן מה נשתנה?! (ווי עס ווערט געפסקנט אז אויב איז נישט דא ווער ס’זאל פרעגן, דארף מען זיך אליין פרעגן), די טייערע קינדערלעך מאכן אויף די אויגן און פרעגן טאטי לעבן! א גאנץ יאר שפיר איך, די תורה ומצות אויף מיר ווי א עול, אבער היינט נאכט טוען מיר כל מיני זאכן וואס פון איין זייט איז עס א גאנצע עול און פרעשער ..יעצט ליין דיך אָן ..עס מרור ..עס מצה ..טינק איין צוויי מאל וכו’ אבער אין די זעלבע צייט שפיר איך אז די אלע זאכן זענען עפעס א סימבאל פון חירות? איך שפיר אז מיר זענען אלע מקיים די מצות היום סיפור יציאת מצרים, אכילת מצה, אכילת מרור, אכילת אפיקומן, ד’ כוסות, אמירת הלל, סמני חירות, מיט אזא שמחה, וואס איז היינט אנדערש?! א גאנץ יאר זענען פארהאן מצוות וואס מיר טראגן פאר א פרעשער, א עול, אבער היינט נאכט שפיר איך עפעס א מעין פון פרייהייט, אמת’דיגע חירות? …טאטי ווי אזוי קען איך מיט נעמען פון די חירות אז עס זאל מיט מיר בלייבן אויף א גאנץ יאר?!

מיר זינגן דעם הייליגער ניגון אילו… דיינו, אילו… דיינו, וואס לכאורה דארף מען פארשטיין, ווען הקב”ה וואלט אונז ארויס גענומען פון מצרים און נישט… דיינו? ווער זאגט אז עס וואלט געווען דיינו, אפשר נישט, ארויס גיין פון מצרים אָן א מתן תורה וואלט גענונג געווען? וואס זינגן מיר אזוי פרייליך, וואס איז די פשט פונעם ניגון?

פסח איז די איינציגסטע יו”ט וואס ביינאכט גלייך נאך מעריב זאגט מען הלל השלם, כאטש מען יאגט זיך אהיים כדי די קינדער זאלן נישט איינשלאפן, שטעלט מען זיך אפ און מען זאגט הלל מיט א ברען, דארף מען פארשטיין פארוואס? און בפרט אויב זאגט מען שוין הלל ביים סדר, פארוואס זאגן מיר צוויי מאל איינס נאכן צווייטן?

די תירוץ איז עבדים היינו…

צא ולמד לאמיר אראפ גיין קיין מצרים און כאפן א בליק וואס האט זיך דארט אפגעשפילט, וויאזוי ס’איז צוגעגאנגען די עבדות-קנעכטשאפט פון אונזערע אור-עלטערן אונטער די רעזשים פון דעם טיראן פרעה און זיין גאווערמענט. פרעה איז די מקור פון גאווה פון אני יאור ואני עשיתי, איך בין דער נילוס טייך אין איך האב מיך באשאפן, נאר איך, ס’איז נישט דא נאך איינער, קיינער איז נישט העכער אדער גרעסער ווי מיר, ער האט געפרעדיגט איבער גאנץ מצרים זיין אידעלאגיא אז ער איז קעניג און ג-ט, די גרעסטער און שטערקסטער כח אין די וועלט. פרעה האט געוואלט אינגאנצן אונטערדריקן די אידן אז קיינער זאל נישט אפילו טראכטן פון א משהו פרייהייט, …ס’קוקט אויס ווי די הבה נתחכמה פלאן ארבעט זיך פיין אויס, די אידן ארבעטן שווער אין ביטער, די מצרים פארפייניגן, אונטערדרוקן און פארביטערן זיי דאס לעבן.

למעשה האבן די אידן נאך יא אביסל פרייהייט, אז זיי האבן נאך די הארץ אויסצושרייען צום בורא עולם ויאנחו בני ישראל מן העבודה, אויב דאס איז נישט גענוג קומט משה רבינו צו פרעה און זאגט אים כֹּה אָמַר ה’ אֱלֹקי יִשְׂרָאֵל שַׁלַּח אֶת עַמִּי, איז דער רשע ווילד געווארן, די מיינסט מיר צו זאגן אז עס איז דא איינער גרעסער ווי מיר, וואס טיילט מיר איין וואס צו טוען?! עטץ זענטץ אינגאנצן משוגע, מ’דארף שוין טוישן די פלאַן! גלייך באפעלט ער זיינע נאנטע לֹא תֹאסִפוּן לָתֵת תֶּבֶן לָעָם, מ’זאל מער נישט געבן קיין שטרוי, זאלן זיך די אידן נאך מער מיטשענען, זאלן זיי ארבעטן שווערער, העמיר דעמאלטס זעהן ווער איז די בעל הבית?!

ליידער האט עס געארבעט, די אידישע קינדער האבן זיך פארלוירן און געקומען מיט טענות צו משה רבינו יֵרֶא ה’ עֲלֵיכֶם וְיִשְׁפֹּט אֲשֶׁר הִבְאַשְׁתֶּם אֶת רֵיחֵנוּ בְּעֵינֵי פַרְעֹה וּבְעֵינֵי עֲבָדָיו לָתֶת חֶרֶב בְּיָדָם לְהָרְגֵנוּ, און דא האט זיך אנגעהויבן עבדות אין פולסטן זין פונעם ווארט, מיר האבן פארגעסן אז הקב”ה איז מיט אונז, מיר האבן געשפירט אז דער רשע האט טאקע א כח, ווי מיר זעהן ווייטער אין פסוק וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל משֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה, אידישע קינדער זענען געווען אזוי פארזינקען אין שעבוד מצרים אז זיי האבן זיך נישט צוגעהערט צו משה רבינו, זיי האבן נישט געגלייבט אז עס איז נאך דא האפענונג, אז אפילו משה רבינו אליין איז געקומען מיט טענות ווי עס שטייט משה רבינו האט געזאגט צו השי”ת וּמֵאָז בָּאתִי אֶל פַּרְעֹה לְדַבֵּר בִּשְׁמֶךָ הֵרַע לָעָם הַזֶּה וְהַצֵּל לֹא הִצַּלְתָּ אֶת עַמֶּךָ אין קורצן מיר זענען געווארן ריכטיגע עבדי מצרים.

השתא עבדי

מיר לעבן היינט אין א וועלט וואס מיר זענען אין א שטענדיגע געיעג נאך פרייהייט, די גרעסטע מדינות איבער די וועלט געבן אויס טרילליאנען דאללער צו ברענגען מער פרייהייט און דעמאקראטיע אויף די וועלט, אזוי אויך פרובירן די גרעסטע פירמעס און קאמפאניס אויף צוקומען מיט כל מיני זאכן וואס דארף צו ברענגען פארן מענטש מער צייט, רואיגקייט, און פארשטייט זיך אסאך מער פרייהייט, אבער ווער ווייסט דען נישט די פאקט אז עס איז נאך נישט געווען א וועלט וואס איז אזוי פאריאגט און פארפלאגט, צומישט און צוחושט, ווי די וועלט אין וואס מיר לעבן היינט..! א וועלט פון השתא עבדי, מיר זענען אין מצרים ממש, וואס דאס מיינט “מצר-אונטערדרוקט”, מיר האבן נישט קיין צייט א מינוט’קלע פאר א מחשבה, אביסל התבוננות… די עולם הטעכנעלאגיא האט אונז גארנישט פארגרינגערט, נאר גאר די פארקערטע, מיר זענען געבינדן מיט די גאנצע וועלט 24 שעה, מען לעבט מיט פרעשער און אנגעצויגנקייט, די נסיונות ווערן גרעסער און שטערקער… ליידער ליידן אסאך פון עדיקשענס צו כל מיני זאכן וואס זיי קענען זיך נישט אפגעוואוינען, עס איז נאך נישט געווען א צייט ווי די זעלבסט-ווערד איז געווען אזוי נידריג ווי היינט, מענטשן דרייען זיך ארום אָן קיין שום סיפוק שפירנדיג אז זיי זענען איין גרויסע דורכפאל, און פרעגן זיך וואס גייט זיין? וואס איז דער תכלית החיים?! לב יודע מרת נפשו יעדער ווייסט זיין אייגען מצב וד”ל… ואין כאן מקום להאריך… עס שרייט זיך ארויס הויעך און קלאר, וַיֵּאָנְחוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל מִן הָעֲבֹדָה וַיִּזְעָקוּ טאטע אין הימל ווי לאנג נאך, ווי איז די ישועה? ווען וועסטו שוין ליכטיג מאכן פאר דיינע באליבטע קינדערלעך? ווען וועסטו אונז ארויס נעמען פון דעם ביטערן גלות? ווען וועל איך זיך ארויס זעהן פון מיין שווערן מצב וכדומה, בקיצור מיר זענען עבדים ממש…

זמן חרותינו..!

האט אבער אונזער געטרייע טאטע אבינו שבשמים אונז געגעבן א געוואלדיגע מתנה, די יו”ט פסח, ווי מיר אלע ווייסן אז די יו”ט רופט זיך אויך מיטן נאמען “זמן חרותינו”, און זי האט דער כח משפיע צו זיין פאר די מענטש אמת’ע חירות-פרייהייט, און נישט נאר אויפן מינוט נאר א חירות וואס פארבלייבט אויף א גאנץ יאר.

געווען איז א איד ר’ יענקל, וואס זיין מצוה’לע איז געווען צו קאנטראלירן די טרעפיק ביי גרויסע פארנומענע אינטערסעקשאנס, מאכן’דיג מיט די הענט אהער און אהין, זיכער צו מאכן אז אלע קארס פאָרן שיין און רואיג, זאגנדיג צו זיך “ווי געוואלדיג איז מיין ארבעט …יענקל שטעל דיך נאר פאָר ווען די וואלסט נישט דא געווען ווי זאכן וואלטן אויסגעקוקט!”

איין טאג שטייענדיג ביי די ארבעט פלייסיג האט ער געוויזן פאר א גרויסע טראק אהער און יענער האט פארשטאנען אהין און… הצלה… הצלה… מען האט אים תיכף אפגעפירט אין שפיטאל, ווען אין גאנצן שטאט  קלעבן גרויסע פליקאטן נא לעורר רחמים שמים וכו’, אזוי איז ר’ יענקל געליגן אין א קאמא באוואוסטלאז ר”ל.

איין טאג ווען אלע זענען געשטאנען ארום אונזער ר’ יענקל און געבעטן צום רופא נאמן, פלוצלינג! די שמחה איז אויפ’ן העכסטן שטאפל ער איז אויף… ר’ יענקל עפענט זיך צוביסלעך די אויגן און שמייכעלט צו די משפחה, גייט אבער נישט אדורך קיין צוויי גאנצע מינוטן און פלוצלונג ווערט ער בלאס ווי די וואנט און הייבט אָן ראַנגלען מיטן אטעם, דער דאקטאר לויפט צו און פרעגט וואס גייט פאר, ר’ יענקל שטאמלט קוים ארויס: ווער קאנטראלירט די טרעפיק? ווער האט מיך איבער גענומען אויפן גאס? און אלע בלייבן שטיל, …וואס הייסט??!! ער געבט זיך א פולן ערוועק און נעמט זיך שרייען היסטעריש, עס איז סכנת נפשות וויפיל צענדליגע עקסידענטן פאסירן דארט יעדע מינוט, ער שפרינגט ארויס פון בעט, לויפט ארויס פון שפיטאל און לויפט ראטעווען די פארוואונדעטע ביים אינטערסעקשן… ווי ערשטוינט ווערט ער אבער, ווען ער זעט אז אלעס פארט זיך שיין און רואיג, עס איז נישט דא קיין עקסידענטן, און די גרעסטע וואונדער איז אז קיינער קאנטראלירט נישט די טרעפיק?! ער פאנגט אָן שרייען וואס טוט זיך דא ווי קען דאס זיין?! פלוצלינג געבט ער א הייב אויף זיין קאפ און קוקט ארויף, ס’גלייבט זיך נישט, ס’איז דא א רויט לייט/גרין לייט וואס קאנטראלירט די גאנצע טרעפיק, ווען עס ווייזט רויט שטעלט זיך אלעס אפ ווען עס ווייזט גרין פארט אלעס.. ר’ יענקל טראכט צו זיך הייסט אז איך שטיי סתם אינדערמיט פון א גרויסע אינטערסעקשן, איך האב געמיינט אלע יארן אז איך פיר די גאנצע מעשה, דערווייל שטייט דער פון אויבן און פירט די גאנצע געשעפט.

טייערע חבירים! מיר זענען דער ר’ יענקל, מיר מיינען אז מיר פירן אונזער לעבן, אבער באמת אלמלא הקב”ה עוזרו לא יכול לו, מיט השי”ת’ס הילף קענען מיר אדורך גיין א ים סוף, אָן השי”ת’ס הילף קענען מיר נישט אדורך גיין די שוועל פונעם טיר, דער מענטש איז א טויטער, מיר דארפן אנערקענען אז נישט מיר פירן די וועלט, מיר מאכן נישט גארנישט, מיר דארפן אויפהייבן די קאפ און איינזעהן אז עס איז דא איינער אויבן וואס ער קאנטראלירט אלעס, ‘אבינו שבשמים’ ווען ער זאגט רויט שטעלט זיך אלעס אָפ, ווען ער זאגט גרין פארט אלעס, לאמיר זיך אויפוועקן פון אונזער טיפן שלאף און פארשטיין אז דער מענטש טוט נישט, מאכט נישט, קויפט נישט, פארקויפט נישט, און קיינער קען נישט וויי טוען אדער אוועק נעמען עפעס פון א צווייטן, וואס איז דיינס איז דיינס, וואס איז באשערט פאר דיר וועט זיין ביי דיר, ווייל הקב”ה איז דער וואס באשלוסט וואס די וועסט האבן און וואס נישט… עס איז דא א העכערע כח וואס פירט די וועלט און דער זעלבער פירט ‘מיר’ און מיין משפחה, ער נעמט פון אונז נישט אראפ זיינע אויגן קיין איין רגע, נאר איין זאך פארלאנגט זיך פון אונז, “זיך לאזן פירן”, מיר דארפן אריינלאזן השי”ת אין אונזער לעבן, און פארשטיין אז השי”ת איז דער בעל הבית, אויב עפעס גייט חלילה נישט וואו געפלאנט פארשטיי אז השי”ת מאכט עס, און ווענד זיך נאר צו איהם.

חירות אמיתי

לאמיר אנקוקן חירות מיט א טיפערן בליק, די ווארט חירות מיינט ווי די גמרא זאגט חרות על הלוחות, אזוי ווי די לוחות זענען געווען אויסגעקריצט, פון ביידע זייטן ארום אין ארום, דאס הייסט, אמת’ע פרייהייט איז נאר ווען אונזער הארץ איז פריי פון אלע זייטן, גארנישט האלט אונז נישט צוריק, ווילאנג מיר רעדן זיך איין אז …איך בין דער וואס טוט, דער וואס מאכט, בין איך נישט אמת’דיג פריי, פארוואס? ווייל איעדער מענטש ווי קלוג, שטארק, רייך, ער זאל נאר זיין, איז ער נאך אלץ ארומגענומען מיט פארשידענע מניעות פון היינט ביז מארגן, לא לחכמים לחם ולא בגבורת הסוס יחפץ, דער קלוגער איז נישט אלץ סוקסעספול, און דער שטארקער האט נישט אלץ די לעצטע ווארט, כח און מאכט איז נישט אלץ פארזיכערט מיט הצלחה, און ווען יא, ביסטו נישט פארזיכערט אז ס’וועט אייביג אזוי בלייבן, אבער ווען די מענטש זעט איין אז השי”ת פירט די וועלט און אלעס, אלעס ווערט געטוען דורך אים אזוי ווי חז”ל זאגן אונז אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה, א מענטש קען נישט ריקן אפילו זיין קליינע פינגער נאר אויב השי”ת איז מסכים, ווען דער מענטש פארשטייט דאס, און לעבט מיט די מחשבה דעמאלטס איז ער זוכה צו זיין באמת פריי, ער נעמט אויף זיך די עול התורה ומצות מיט א שמחה און געשמאק, ער פארשטייט אז עס איז גאר א זכיה אז איך קען האבן סייעתא דשמיא הימעלישע הילף, איך קען האבן השי”ת מיט מיר איעדע מינוט, און מיט זיין הילף קען איך אלעס אין די וועלט טוען, ווייל אין מיין ציעל, אין מיינע רצונות/ווילן איז נישט פארהאן קיין שום צוריקהאלט וואס זאל מיך שטיין אין וועג, השי”ת איז מיט מיר… דאס איז די פרייהייט מיט וואס מיר דארפן לעבן, דאס איז די איינציגע אפטייטש פון פרייהייט וואס געבט פארן מענטש א גליקליך און רואיג לעבן!

אמת’ע חירות גייט א טריט ווייטער אז אפילו ווען מען איז ר”ל אין א צרה, אדער אין א נסיון ווערט ער נישט פארלוירן, נאר ער ווייסט און גלייבט אז השי”ת איז מיט אים, השי”ת איז די איינציגסטע כח אויף די וועלט, און השי”ת שטייט מיר צו מיין האנט, ווי מיר ווייסן אז אין מצרים איז הקב”ה מיט געשטאנען מיט אונז “וַיַּרְא אֱלֹקים אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וַיֵּדַע אֱלֹקִים” זאגט רש”י נתן עליהם לב ולא העלים עיניו, השי”ת האט נישט אראפ גענומען א אויג נאר מיט אונז מיט געגאנגען אויף טריט און שריט, און כאטש די גלות האט געדארפט צו נעמען 400 יאר, זעהנדיג די מצב האט הקב”ה מקצר געווען און אונז אויסגעלייזט נאך 210 יאר, אבער פאר מיר האבן זוכה געווען צו די ישועה איז נאך מער פינסטער געווארן, דער רשע פרעה ווילנדיג ווייזן אז ער האט נישט קיין מורא פון קיינעם …קיינער וועט מיר נישט זאגן וואס צו טוען, האט ער גאר שווערער געמאכט פאר אידישע קינדער, און משה רבינו האט געפרעגט פון הקב”ה לָמָה הֲרֵעֹתָה לָעָם הַזֶּה?! האט השי”ת געענטפערט פאר משה “עַתָּה תִרְאֶה” אֲשֶׁר אֶעֱשֶׂה לְפַרְעֹה זאגט רש”י די ביסט נישט ווי אברהם און יצחק וואס זענען געגאנגען צו די עקידה אָן קיין חשבונות, השי”ת פארלאנגט אז מיר זאלן אים דינען און לעבן אָן קיין חשבונות, צו דער מענטש פארשטייט יא אדער נישט, אים אנכאפן מיט א שטארקע אמונה ובטחון אין סיי וועלכע מצב זאל זיך נאר נישט מאכן, און זיך אויף אים פארלאזן, און נאר דאס איז אמת’ע חירות.

חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים, געדענק אז צום סוף האט השי”ת אונז ארויס גענומען מיט אותות ומופתים, כבוד און פאַראַדע, און מיט דעם אראפ געלייגט א יסוד פאר אלע דורות אז ווען א שווערע מצרימ’דיגער מצב וועט זיך איבער שפילן צו דאס וועט זיין א פרטיות’דיגע אדער א כללות’דיגע מצרים, …ווייס, אז איך בין דארט און האלט אלעס מיט און גרייט צו די גרויסע ישועה, לעב מיט א רואיגקייט און מיט אמת’דיגע פרייהייט, אז מיין טאטע און הימל איז מיט מיר אין יעדע מצב, און קוקט אויף מיר יעדע רגע, ניין איך בין נישט קיין דורכפאל, ניין די דאקטורים אדער מבינים האבן נישט קיין ווארט אדער מיינונג ..איי איך זעה נישט קיין וועג ארויס ..שוין אזוי פיל מאל און עס גייט נישט, איך זעה נישט קיין טראפל נחת, איך בין טיף אינעם פלאנטער, דריי זיך צו הקב”ה אונזער באליבטע טאטע אין הימל רעד זיך מיט אים אדורך, ער שטייט דאך נעבן דיר, רעד צו אים!

יעצט פארשטייען מיר שוין די הייליגע פיוט דיינו, ביי יציאת מצרים האט השי”ת אונז געוויזן “חירות” מיטן זיך מגלה זיין צו כלל ישראל, השי”ת’ס מעסעדזש צו אונז איז, איך בין מיט אייך צוזאמען אויף טריט און שריט, איך בין דער וואס פירט די וועלט, יעדע זאך פינעם וואסער ביז פרעשעלעך וואס שפרינגען, לייז וואס קריכן, חיות פון וואלד, בהמות פון שטאל, די לופט וואס עטץ אטעמט, די בלעטלעך אויפן בוים, די תבואה אויפן פעלד, און אפילו דער גרויסער מענטש, אלעס אלעס בין איך, און אפילו בשעת ווען אלעס ארום קוקט אויס שווארץ ווי אין חושך מצרים זענען מיר זוכה צו זעהן די יד ה’, ניסים ונפלאות, ער ווייזט איך בין מיט דיר מיין קינד זארג נישט, דאס איז די גרעסטע חירות-פרייהייט, דעריבער זינגן מיר צו השי”ת אילו… נאר דיר זעהן, נאר דיין זיין מיט מיר צוזאמען דיינו! איז אונז שוין גענוג, די אלע אנדערע ניסים ברענגן צו הר סיני וכדומה וואס השי”ת האט געטוען מיט אונז טוט אוודאי פארשטערקערן די אמונה,  אבער די יסוד היסודות פון חירות איז אז השי”ת איז מיט אונז… דיינו, און דאס פארשטייען מיר נאר פון ארויסגיין פון מצרים אליין, דיינו דאס איז מיר גענוג, ווייל ווען דער מענטש פארשטייט אז ער איז קיינמאל נישט אליין, דאס איז דער גרעסטע בן חורין א ריכטיגע פרייע מענטש!

ליל הסדר

מיט די יסוד טאקע פאנגן מיר אָן די הייליגע יו”ט פסח מיט די פארשטאנד אז אמת’ע חירות פרייהייט איז פונקט די פארקערטע פון וואס די וועלט רופט פרייהייט, ביי זיי איז עס זיין הפקר אָן קיין מחשבה, לעב אָן א תכלית, טו וואס דיין הארץ פאלט ביי וכדומה, מיר ווייסן ליידער ווי די וועלט קוקט אויס… ביי אונז כלל ישראל איז חירות פארקערט, פארשטיין אז פרייהייט איז זיך אינגאנצן אויפמאכן און לעבן מיט השי”ת, אים האלטן און איין זיכן, צו פארשטיין אז ווי מער איך טרעף השי”ת, ווי מער איך טו זיין רצון, בין איך מער פריי, און מער זוכה צו אמת’ע חירות.

און דאס ענטפערן מיר: עבדים היינו מיר זענען געווען עבדים, און מער נישט, מיר האבן כסדר מחשבות ווי …איך וויל, איך מאך, איך טו, איך גיי ווייזן, איך, איך, איך, …דער האט מיך צוגענימען איך וועל איהם ..מיין קאמפעטישען האט אויפגעמאכט נעבן מיר.. וואס וועט זיין מיט א שידוך פאר מיין… די דאקטער האט געזאגט.. און דערנאך קומען אריין מחשבות אז דער ‘איך’ מוז מצליח זיין, דער ‘איך’ מוז זיין צופרידן וכדומה, שיקט אבער אמאל השי”ת אריין קליינע פרעשעלעך, זאכן וואס מאכן דעם מענטש טאנצן ה”י, און דער גאנצע ‘איך’ צופלאצט, דער מענטש פאלט אריין אין א צובראכענקייט, ער פארגעסט אז זיין תכלית החיים איז די היפך פון ‘איך’, פסח אויף דער נאכט רופן מיר אבער אויס אז די עבדות איז א פארגאנגענהייט, מיר זיצן צוזאמען און מיר זענען זוכה צו פארשטיין, טועם זיין, שפירן אמת’ע חירות, רופן מיר אויס ס’איז נישט דא קיין “איך, מיך, דיך” ס’איז דא “אונז ברידער’לעך קינדער פון איין באליבטע טאטע” וואס ער איז די “מלך מלכי המלכים”!

ווען מיר זענען זוכה דאס צו שפירן, וועלן מיר זוכה זיין אז אלע אונזערע דאגות, חשבונות, מחשבות זרות ווי למשל וואס גייט זיין, ווי לאנג נאך, וכו’ וכו’ וועט ווערן בטל ומבוטל מיט איין מחשבה ‘מיין טאטע ער נעמט קעיר פון אלעס’, ער שטייט מיר צום האנט, אז מ’האט די זכיה דאס צו פארשטיין פאנגט די הארץ אָן גיסן מיט א שבח והודאה צו השי”ת, און מיר נעמען זיך זינגן מיט א אויסטערלישן שמחה דעם הלל ..מקימי מעפר דל, אנא ד’ הושיעה נא, העלף מיר טייערע טאטע ווייל אָן דיר קען איך נישט, ווי וואלט איך אויסגעקוקט אָן דיין הילף, די ליכטיקייט פון פרייהייט פאנגט זיך אָן ווי נאר דער יו”ט קומט אריין אזש מיר קענען זיך נישט איינהאלטן און ווארטן ביז סוף סדר נאר מ’נעמט זיך גלייך נאך מעריב זינגן הלל, שפעטער ביים סדר גיסט זיך נאכאמאל איבער דאס הארץ נעמט זיך דער אידעלע נאכאמאל זינגן הלל, דערנאך א נשמת, הודו און שיר השירים, דער איד’ס הארץ איז פיל מיט פרייד, איך בין פריי איך בין זוכה צו די גרעסטע און אמת’ע חירות, איך דאנק, לויב, שריי, בעט, זינג און טאנץ צו אונזער גרויסע טאטע און הימל, די הרגשים זענען אזוי גרויס אז פון הארץ גיסט זיך ארויס ואילו פינו מלא שירה כים ולשוננינו רנה, אין אנחנו מספיקים להודות לך!

לסיכום געדענק:

  • עבדות איז ווען מ’רעדט זיך איין אז איך אדער אנדערע פירן מיין לעבן.
  • חירות-פרייהייט איז ווען מ’פארשטייט אז אלעס איז השי”ת, ער מאכט און טוט אלעס.
  • השי”ת אונזער באליבטע טאטע, נעמט נישט אראפ די אויגן פון “אונז” זיינע טייערע קינדער.

א חג כשר ושמח!

כל יום יהיו בעיניך כחדשים!

בס”ד
א גיטן טייערע חבירים וידידים..!


ב”ה מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן חומש שמות, און צוזאמען אפגעלערענט די הייליגע פרשיות, געזעהן איהר ליכטיגקייט, ווי די תורה הק’ געבט אונז א מהלך החיים, חיזוק, שמחה, אמונה, און ביים סיום האבן מיר זיך געווינטשן איינער פארן צווייטן …חזק …חזק …ונתחזק! איז יעצט חבירים… לאמיר זיך טאקע מחזק זיין, און שטיין שטארק צוזאמען כאיש אחד בלב אחד, מיט די כח פון אחדות באגלייט מיט סייעתא דשמיא פאנגן מיר אן לערנען דעם חומש ויקרא,
וַיִּקְרָא אֶל משֶׁה וַיְדַבֵּר ה’ אֵלָיו מֵאֹהֶל מוֹעֵד.

מען דערמאנט זיך …חומש ויקרא …די קליינע אלף, …ויקרא און ער האט גערופען, ווער האט גערופען?! און אזוי ווייטער קומען ארויף די אלע מחשבות פון די יונגע יארן… די חומש סעודה… מיר דארפן פארשטיין וואס איז טאקע דער ענין וואס ליגט אין דער קליינע אלף? און פארוואס פאנגן די קינדער אן לערנען בדווקא חומש ויקרא, מיר וואלטן געזאגט אז עס איז בעסער מען זאל מיט זיי אנפאנגן די אינטערעסאנטע פרשיות ווי בראשית, נח, יציאת מצרים, מכירת יוסף, עקידה? און בפרט דארף מען פארשטיין אויב די קליינע אלף איז נאר פאר די קינדער וואס האט דאס אלעס מיט אונז, מיר זענען שוין נישט קיין קינדער’לעך? (עכ”פ אזוי האלטן מיר).

מיר געפינען אט די שאלה אין די מדרש (תנחומא פרק יד) אמר רבי אסיא, למה הם מתחילים התינוקות של בית רבן ללמוד בספר ויקרא, אלא מפני שכל הקרבנות כתובים בו, ומפני שהם טהורים עד עכשיו ואינם יודעים מהו טעם חטא ועון לפיכך אמר הקדוש ברוך הוא שיהו מתחילין תחלה בסדר הקרבנות יבואו “טהורים” ויתעסקו במעשה “טהורים” – רבי אסיא פרעגט פארוואס פאנגען די קינדער’לעך אן לערנען חומש ויקרא? און ער זאגט וויבאלד אין חומש ויקרא ווערט דערמאנט די אלע קרבנות וואס זיי זענען מכפר “ומטהר” כלל ישראל, זיי וואשן אויס אידישע קינדער, האט השי”ת געזאגט זאלן קומען די קינדער’לעך וואס זיי זענען “טהור”, וואס האבן נישט קיין שייכות צו קיין חטא און זינד זיי זאלן איר אנפאנגען לערנען…

אין מדרש איכה (פ׳ א׳), אמר ר׳ יהודה בא וראה כמה חביבין תינוקות לפני הקב״ה, גלתה סנהדרין ולא גלתה שכינה עמהם, וכו’ וכיון שגלו תינוקות גלתה שכינה עמהם, וכו’ – ר’ יהודה זאגט, געבט א קוק ווי באליבט זענען די קינדער’לעך צו השי”ת, ביים חורבן בית המקדש ווען מען האט פארטריבן די הייליגע סנהדרין איז אבער די שכינה נאך פארבליבן, אבער ווען מען האט פארטריבן די תינוקת של בית רבן די קינדער’לעך אינ’ם ביטערן גלות, איז די שכינה הק’ מיט געגאנגען מיט זיי, זעהן מיר ווי באליבט זענען די קינדער’לעך וואס לערנען תורה, וואס דינען השי”ת געטריי, זיי טראגן עפעס א ספעציעלע כח מיט זיך, און נאר אין זייער זכות האבן מיר זוכה געווען אז די שכינה איז געווען צווישן כלל ישראל, אין זייער זכות האבן מיר געהאט די קרבנות די טהרה.

אויב די זכות פון די קינדערלעך איז טאקע אזוי גרויס און חשוב ביי השי”ת, ווי מיר זעהן אז אלעס וואס מיר האבן געהאט איז געווען אין זייער זכות, פרעגט זיך קענען “מיר” וואס זענען שוין נישט קינדערלעך האבן א שייכות צו דעם אדער מיר האבן שוין פארפאסט דעם שיף …עס איז שוין צו שפעט …מ’קען נישט צוריק דרייען דעם זייגער?

טייערע חבר! יודישקייט זאגט אז עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, …מ’קען דעם שיף נישט פארפאסן, איי מיר זענען שוין נישט קיין קינדער’לעך, דארפן מיר טרעפן די נקודה וואס ליגט ביי קינדער’לעך וואס דאס מאכט אז זייער עבודת ד’ זאל ווערן אזוי גרויס און חשוב, און איר נאכטוהן, בקיצור: די ארבעט אויף אונז איז זוכן וואס איז די שליסל וואס די קינדער האבן?

טייערע חבר! קוק זיך אמאל צו ווי א קליין קינד פארט אויף א בייק און פלוצלינג געבט ער זיך א דריי איבער און פאלט אראפ… די ערשטע פאר סעקונדעס זעט די סצענע אויס אז חלילה… אבער די געטרייע מאמע פונ’ם קינד געבט איהם א הייב אויף …האלזט און קישט איהם… און עס נעמט נישט מער ווי צוויי דריי מינוט און ער איז א נייע מענטש, זעצט זיך צוריק ארויף אויפן בייק און פארט ווייטער… אדער א קינד גייט שבת צו זיידי און ער געבט א גיס אויס א גלעזל סאדע די ערשטע מינוט איז ער פארשעמט אין צו וויינט זיך, אבער עס נעמט נישט קיין מינוט און ער האט שוין לאנג פארגעסן, אדער קוק זיך אמאל צו ווי א קינד שטייט אויף אינדערפרי, מיט וואספארא פרישקייט, ער שפרינגט ארויס פון בעט מיט אזא חן, און ווען ער איז מיד לייגט ער זיך אראפ עטליכע מינוטן, און תיכף צוריק צום מלאכה ער טאנצט, ער שפרינגט ער איז פריש.

די נאטור פון א קינד איז: ער פאנגט כסדר אן פריש, ער טראגט נישט קיין דאגות און קיין חשבונות, ער שטייט אויף מיט א פרישקייט, ער שפילט מיט א פרישקייט, ער פאלט אראפ, כאפט זיך אויף און גייט ווייטער, …ער גיסט אויס… ער מאכט א חורבן …ער גייט ווייטער… און אזוי איז אויף א יעדע טריט און שריט ער איז אייביג פול מיט ענערגיע און פרישקייט…

התחדשות… פרישקייט…! איז א מתנה וואס השי”ת האט אונז געגעבן און איז אונז מצוה אויף דעם ווי די פסוק זאגט (דברים כו טז) הַיּוֹם הַזֶּה ה’ אֱלֹקיךָ מְצַוְּךָ – זאגט רש”י “בכל יום יהיו בעיניך כחדשים” יעדע טאג זאל זיין ביי דיר מיט א נייעקייט מיט א פרישקייט… און עטליכע פסוקים שפעטער שטייט נאכאמאל (כז ט) שְׁמַע יִשְׂרָאֵל הַיּוֹם הַזֶּה נִהְיֵיתָ לְעָם לַה’ אֱלֹקיךָ: זאגט רש”י “בכל יום יהיו בעיניך כאילו היום באת עמו בברית” יעדע טאג זאל זיין ביי דיר ווי היינט האבן מיר חתונה געהאט מיט השי”ת, היינט האבן מיר זוכה געווען צו די תורה הקדושה…!

און טאקע צוליב דעם ליגט ביי די עבודה פון קינדער’לעך באהאלטן אזעלכע גרויסע כוחות, ווייל זייער א עבודה איז מיט א געוואלדיגע תמימות און כסדר מיט א שטארקע פרישקייט, מיט א אויסטערלישע התחדשות אן קיין שום דאגות, חשבונות, און השי”ת ווען ער זעט אזא עבודה מיט אזא תמימות איז אפילו ווען מען פארטרייבט די סנהדרין זאגט השי”ת אבער די קינדער’לעך זענען דא בלייב איך מיט זיי, און דערפאר פאנגן די קינדער אן מיט חומש ויקרא ווייל אין די קרבנות ליגט אויך די יסוד, אז כאטש א מענטש האט געזינדיגט אדער א מענטש דארף צוקומען צו טהרה, ברענגט ער א קרבן און ער איז זוכה צו א כפרה ער איז זוכה צו א נייקייט א פרישקייט, די קרבן טוט איהם אויס וואשן און ער פאנגט אן מיט א התחדשות…!

טייערע חבירים! לאמיר זיין קינדער’לעך מיט די נקודה, לאמיר טוהן די רצון ה’ מיט א פרישקייט און איינזעהן אז סיי ברוחניות און סיי בגשמיות מוזן מיר כסדר האבן פרישקייט התחדשות, און דאס איז “פרשת החודש” מיר דאנקן השי”ת און מיר זענען מכיר די מתנה וואס השי”ת געבט אונז כסדר, די מתנה פון התחדשות די געלעגנהייטן אנצופאנגן פריש צו דאס איז ווינטער זיממער, אנפאנג יאר, חודש, וואך, טאג…! השי”ת וויל אונז העלפן ער געבט אונז טאג און נאכט אלעס כדי מיר זאלן האבן דעם פרישקייט, חודש ניסן וויבאלד זי איז די ערשטע פון אלע חדשים זי איז דער אנפאנג פונ’ם אנפאנג, איז צייט זיך אפצושטעלן און טראכטן א מינוט וואסערע מתנה מיר האבן, כאטש!..?! …לעצטע חודש איז מיר נישט גיט געגאנגען, עס איז נישט געווען אזוי ווי איך האט געוואלט און געפלאנט, האב איך יעצט א געלעגנהייט אנצופאנגן פריש, געדענק זיי ווי א קינד לייג זיך שלאפן און לאז איבער אלע דאגות, חשבונות, און …שטיי אויף פריש, אזוי ווי מיר זאגן איעדען אינדערפרי אלוקי נשמה שנתת בי טהורה הוא, די נשמה איז פריש אין נייע,…סוף וואך קומט שבת די לאזט איבער אלע שוועריגקייטן און פאנגסט אן די וואך מיט א פרישן ברען, און אזוי ווייטער און ווייטער, “נעם נישט מיט די דאגות און חשבונות פון היינט אויף מארגן”… טו די רצון ה’ ווי דער חתן וואס גייט דעם ערשטן טאג נאכן חתונה מיט זיין שטריימעל צום דאווענען ס’שטראלט ארויס א פרישקייט, יעדן טאג איז “די טאג” וואס השי”ת האט מיט מיר חתונה, היינט געבט ער מיר די תורה הק’… וועט השי”ת זיכער מקיים זיין דעם “חדש ימינו כקדם” אונז צוריק געבן די קרבנות וואס זיי האבן אונז באנייעט מיט כפרה וטהרה מיט התחדשות און פרישקייט… געדענק! די אלטע ברויט לאז איבער פאר די פייגלעך די נעם דיר א פרישע…!!

לסיכום:
געדענק, ניץ אויס איעדן חודש, וואך, און טאג:
• פאנג אן מיט א פרישקייט…!
• נעם נישט מיט קיין דאגות חשבונות אויף מארגן…!
• היינט איז מיין חתונה מיט השי”ת…!