ומל ה’ אלוקיך את לבבך…!
בס”ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
לאמיר אריין קוקן אין די וואכעדיגע פרשה: רְאֵה אָנֹכִי נֹתֵן לִפְנֵיכֶם הַיּוֹם בְּרָכָה וּקְלָלָה, אֶת הַבְּרָכָה אֲשֶׁר תִּשְׁמְעוּ אֶל מִצְוֹת ה’ אֱלֹקֵיכֶם אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוֶּה אֶתְכֶם הַיּוֹם, וְהַקְלָלָה אִם לֹא תִשְׁמְעוּ אֶל מִצְוֹת ה’ אֱלֹקֵיכֶם, משה רבינו זאגט אונז: זעה, איך געב פאר דיר היינט א ברכה און א קללה, די ברכה איז אז די וועסט צוהערן צו די מצות פון השי”ת, די קללה איז אויב די וועסט נישט צוהערן צו די מצות פון השי”ת, לאמיר פארשטיין די ווערטער פון משה רבינו, א) וואס פאר א אויסדרוק איז די ווארט “ראה-זעה” איך געב דיר היינט, וואס זאלן מיר זעהן און ווי זאלן מיר קוקן? ב) די ברכה: אויב די וועסט הערן וכו’ פארוואס זאגט נישט משה רבינו אויב די וועסט “טוען” די מצות ה’? ג) קודם זאגט ער ראה וואס איז א לשון יחיד, און דערנאך זאגט ער לפניכם פאר ענק א לשון רבים? ד) וואס איז דער היום “היינט”?
די ווערטער “ראש חודש אלול” זאגט אונז גאר אסאך… דער חודש וואס טראגט אונז אריין אין די ימים נוראים טעג וואס מיר גייען קרוינען השי”ת, און אין די זעלבע צייט גייען מיר אדורך גיין טעג פון משפט ודין, וואס איעדע פון אונז וועט שטיין פארן מלך מלכי המלכים און געבן א דין וחשבון אויף אלע אונזערע מעשים וואס מיר האבן געטוען דעם גאנצן יאר, עס זענען טעג וואס מיר דארפן איבער קוקן אונזערע מעשים און אנפאנגען זיך צוריק קערן צו אונזער טאטע אבינו שבשמים, מיר דארפן ווערן בעלי תשובה… געווענדליך ווען מיר הערן דעם ווארט “אלול” קומט אריין אין אונז א צומישעניש, פון איין זייט זענען מיר שוין זאַט פון נאָכלויפן נאך נאַרישקייטן און מיר ווילן באמת תשובה טוען, זיך צוריק קערן צו אונזער טאטע בלב שלם, אבער פון דער אנדערע זייט שרייט פון אונז ארויס א געפיל פון: ס’איז צו שווער ס’איז צופיל ארבעט, פון איין זייט האבן מיר מורא פונעם דין מיר ווילן זיך שוין נעמען צו די ארבייט, אבער פון די אנדערע זייט איז די מענטשליכע נאַטור אָפצושטופן ווי לענגער מען קען …איך האב דאך נאך א גאנצע חודש ביז ראש השנה… ביז יום כיפור… הושענא רבה… אוודאי גיי איך תשובה טוען, אבער נישט יעצט…?! טייערע חבירים ווען מיר שטייען ביי שוועל פון חודש אלול לאמיר אריין קוקן מיט א טיפערן בליק און פארשטיין וואס איז דאס חודש אלול. וואס חודש אלול מיינט פאר איעדן איד, כדי צו קענען אויסניצן די געוואלדיגע מתנה וואס השי”ת געבט אונז.
אין די ספרים הקדושים ווערן געברענגט צוויי רמזים אויף דער ווארט אלול, די ווארט אלול איז ראשי תיבות א’ני ל’דודי ו’דודי ל’י – אידישע קינדער זאגן פאר השי”ת איך בין צו מיין פריינד און מיין פריינד איז צו מיר, דאס מיינט אז די אידן ווערן נענטער צו השי”ת און השי”ת ווערט דורך דעם נענטער צו זיי, די אנדערע רמז וואס ווערט דערמאנט אויף אלול איז ומל ה’ אלוקיך א’ת ל’בבך ו’את ל’בב – השי”ת וועט אויפשניידן אונזער האַרץ און די האַרץ פון אונזערע קינדער דאס מיינט אז ער וועט אויפעפענען אונזערע הערצער אז ס’זאל נישט זיין פאַרשטאָפט און אז מיר זאלן קענען גרינגער אָננעמען זיינע רייד און טוען זיין ווילן, אז מ’באטראכט ביידע רמזים צוזאמען קוקט עס אויס ווי א שטיקל סתירה, די רמז פון אני לדודי מיינט אז מיר דארפן קודם טוען עפעס נאנט צו ווערן און ערשט דערנאך וועט השי”ת ווערן נענטער צו אונז, ווידעראום דער רמז פון ומל ה’ אלוקיך ווייזט גאר פארקערט אז השי”ת וועט קודם טוען די ארבעט ער וועט פון אונז אוועק נעמען די שוועריגקייטן און דערנאך וועלן מיר צוריקקומען צו אים, ווי אזוי גייען די צוויי רמזים צוזאמען?
ר’ מיכאל דרייט זיך ארום אינגאנצן צובראכן און צוקלאפט ס’איז שוין עטליכע יאר אדורך זייט ער האט בלית ברירה מיט א שווער הארץ געמוזט פארשיקן זיין טייער באליבט קינד שראליק פון שטוב, כאטש אז שראליק האט זיך אזוי שטאַרק געבעטן, ער האט גאר שטאַרק געוואָלט בלייבן האט ער עס געמוזט טוען… זיין שראליק האט זיך נישט אויף געפירט ווי ס’דארף צו זיין, ער האט פארברענגט מיט די נישט ריכטיגע חבירים, זיך געדרייט אין פלעצער ווי מ’דארף נישט, און ער האט אהיים געברענגט א שלעכטע רוח, דאס האט געברענגט דערצו אז ר’ מיכאל האט מחליט געווען אז ער מוז אים פארשיקן פון שטוב, אפשר דאס וועט אים אויף וועקן, אים צו געבן דאס געפיל פון אחריות אויף זיין אייגענע לעבן, אפשר דאס וועט אים געבן צו שפירן ווי גליקלעך עס איז צו זיין אינדערהיים?! אבער ליידער האט די פלאַן נישט געאַרבעט און שראליק איז געבליבן דער זעלבער ווי נעכטן און ווי לעצטע יאר גארנישט האט אים נישט געטוישט… אזוי לויפן די וואָכן און חדשים דער טאטע וויינט און בעט פון השי”ת אז מיין טייער שראליק זאל שוין תשובה טוען און צוריק קומען אהיים…
שראליק פון זיין זייט מוטשעט זיך שרעקליך, ער גייט אדורך א לעבעדיגע גיהנום, ער האט נעבעך נישט גארנישט אויף די וועלט, ער דרייט זיך אין גאס ווי א פארלוירן אינגל, שלאָפן שלאָפט ער אין עפעס א קליין פארקראַכטן בעיסמענט, ער האט נישט קיין פרוטה צום לעבן, פון זיינע שלעכטע חבירים ברעכט ער שוין, פון תאוות עולם הזה וויל ער זיך שוין זעהן ארויס, אבער עס גייט אים נישט, ער פארמאגט נישט די קוראזש צו מאכן די החלטה דאס איז עס …איך גיי אנפאנגן לעבן! איך גיי נעמען די פאר טריט צו מיין טאטעס שטוב און זאגן די דריי ווערטער טאטי! “איך בין צוריק”, אזוי לויפן די יארן, זיין הארץ איז צוריסן אויף שטיקער ער בענקט אהיים, ער וויל זיך ארויס זעהן פון זיין מצב, ער וויל תשובה טוען און אנפאנגן לעבן א נארמאלע לעבן ווי אין זיינע אינגע יארן… טאג און נאכט טראכט ער פון זיינע גוטע יארן אלץ בחור ווען ער פלעגט אהיים קומען פון ישיבה און מען האט אים אָפגעווארט מיט אויסגעשטרעקטע ארעמעס… און יעצט זיצט ער דא אין דעם בעיסמענט נישט קיין רוחניות און נישט קיין גשמיות, נישט קיין שום סיפוק החיים, ניטאַמאָל קען ער טראכטן גראָד, ער איז פארזינקן אין זיין אייגען פלאָנטער, ער בענקט… און בענקט זיך ביטערליך אהיים.
איין טאג גייט ר’ מיכאל אין גאס אין באגעגנט זיך מיט א גאר נאָנטער ידיד ר’ שלום, אַה שלום עליכם וואס מאכסטו מיכאל? ב”ה, וואס מאכסטו שלום? מזל טוב האסט דאך א שידוך געטוען מיט א אייניקל ריכטוג? יא ב”ה, אזוי גייען זיי אריין אין א געשמאקן שמועס, פלוצלינג פרעגט ר’ שלום פון ר’ מיכאל זאג נאר מיכאל אלעס איז בסדר, די זעסט מיר אויס אביסל נערוועז?! עפעס באַדערט דיר? ר’ מיכאל האט זיך נישט געקענט צוריק האלטן און ער הייבט זיך אָן אויסצוגיסן דאס הארץ פאר זיין חבר, ער האט אים פארציילט ווי שווער עס איז אז זיין טייערע שראליק איז נישט אויפן ריכטיגע וועג, ער וואנדערט אזוי סאך ארום, אזוי רעדענדיג גליטשט זיך ארויס א טרער און ער זאגט איך וויל נאר איין זאך ער זאל אהיים קומען נישט קיין חילוק וויאזוי ער קוקט אויס …איך בענק מיך, איך בענק מיך! נאך עטליכע מינוט פון שטילקייט פרעגט ר’ שלום די האסט נאך עפעס שייכות מיט אים? ווען האסטו אים לעצטע מאל געגעבן דעם רמז אז די בענקסט דיך? אפשר ווארט ער נאר פאר א צייכן? אפשר שרייבסטו אים אפאר ווארעמע ווערטער? איך גלייב אז אויך ער בענקט צו דיר, נאר זיינע תאוות זיינע גליסטונגען די עולם הזה דאס האלט אים צוריק, געב אים א צייכן אז די וואַרטסט נאך אים?! ר’ מיכאל הערט זיך צו און זאגט ביסט דאך נישט מער ווי גערעכט, יישר כח שלום וואס זאל איך דיר זאגן איך וועל עס איבער טראכטן, אפשר וועל איך אים טאקע שרייבן אפאר שורות… א גוטע נאכט!
ר’ מיכאל לייגט זיך אין בעט אין די ווערטער פון ר’ שלום קלינגען אים אין קאפ …אפשר …אפשר, ער הייבט זיך אויף און גייט ארויס פון בעט, נעמט די טעלעפאן אין די האַנט קוועֶטשט אריין די נומערן זיך צו פאַרבינדן מיט זיין טייער שראליק, קיינער ענטפערט אבער נישט, ר’ מיכאל לאזט אים א קורצע מעסעדזש “שראליק איך ווארט… טאטי!”, דערנאך זעצט ער זיך אוועק און פאנגט אָן שרייבן לכבוד מיין טייערע שראליק… איך ווארט אויף דיר, קום צוריק אהיים… דעם נעקסטן אינדערפרי שטייט ער אויף פארטאגס און לויפט צו די בעיסמענט ווי זיין שראליק שלאפט, אזוי שטייט ער ביים טיר ווען זיין הענט און פיס טרייסלן ענדליך נעמט ער זיך די מוט און געבט א קלאפ, דער טיר מאכט זיך אויף ברייט און זיין טייערע שראליק פאלט ארויף אויף אים ?!?! טאטי! איך האב אזוי שטארק געוואלט קומען צו דיר, איך האב מיר אזוי געבענקט, מיינע שוועריגקייטן האבן מיר נישט געלאזט, איך האב נישט די ווערטער דיר צו באדאנקן פארן קומען, פארן מיך רופען, די האסט מיר געראטעוועט און אזוי האלזן זיי זיך ארום מיט א געוואלדיגע ליבשאפט…!
מיר אלע זענען קינדער’לעך וואס אונזער טייערע טאטע האט אונז פארשיקט פון זיין שטוב, כאטש אז מיר האבן אזוי שטארק געוואלט בלייבן, האט ער עס געטוען כדי מיר זאלן זיך אויף וועקן און זיך צוריק קערן צו אים, אבער ליידער האבן מיר זיך נישט פארבעסערט… אזוי לויפן די וואָכן און חדשים, דער טאטע וויינט און בענקט נאך זיינע טייערע קינדערלעך, מיין טייער קינד ישראל זאל שוין תשובה טוען און צוריק אהיים קומען…
מיר אידן פון אונזער זייט: וואנדערן ארום אין דעם גלות, ארום גענומען מיט אלע סארטן שווערע נסיונות, מיר פלאגן זיך מיט אלע ערליי תאוות און גלוסטענישן, א וועלט וואס שרייט קום אהער דא ס’איז געשמאק, קום דארט מיר מאכן א לעבן וכו’ אבער דערווייל פון אינעווייניג עקלן מיר זיך פון דעם און עס שרייט זיך ארויס רצוננו לעשות רצונך, טאטע אין הימל קוק אויף אונזער מצב מיר ווילן זיין גוט, השיבנו ה’ אליך ברענג אונז נענטער צו דיר, מיר ווילן דיר אמת’דיג דינען, חדש ימינו כקדם באניי אונזערע טעג ווי אמאל, געב אונז סייעתא דשמיא, העלף אונז אז מיר זאלן זיך קענען ארויסזעהן פון דעם ביטערן מצב און אהיים קומען, אבער ליידער זענען מיר פארקניפט מיט צופיל גלות שטריק אז מיר האבן נישט די קוראזש צו מאכן דעם שטארקען החלטה און זאגן די דריי ווערטער “טאטי איך בין צוריק” “טאטי איך גיי מיך פירן אזוי ווי די פארלאנגסט” אזוי זיצן מיר דערווייל פארווארפן אין אונזערע בעיסמענטס, און עס הערט זיך ארויס א קול פון געוויין טאטע! העלף מיר איך בין אריין געפאלן אין אזא מין פלאנטער איך האב גארנישט… איך בענק צו דיר איך וויל תשובה טוען…
השי”ת אונזער טאטע ווען ער זעט אז מיר קומען נישט, מיר קלאפן נישט אויף זיין טיר, איז ער מחליט גענוג געווארט, יעצט וועל איך אים גיין געבן א סימן אז איך ווארט אויף אים, איך וועל אים שיקן א בריוו לאזן א מעסעדזש, וואס דאס מיינט השי”ת שיקט אונז כל מיני רמזים אז ער ווארט אויף אונז אהיים צו קומען, אסאך מאל קומט די רמז דורך שמחה ווען ער העלפט אונז מיט ברכות און נחת אז דאס הארץ שפירט א עקסטערע מין קירבות עפעס אזא מין נאנטקייט און דערהויבענקייט אז דער איד פילט ווי עס ציעט אים צום בורא כל עולמים ממש ווי א מאגנעט, און ער וויל נאר צוריקגיין, אמאל קומט עס חלילה דורך צרות און שוועריגקייטן ווען דער איד איז שוין זאט פון א יעדעמ’ס עצות און הילף און ער וועקט זיך אויף און פארשטייט אז נאר אהיימגיין וועט אים אויסלייזן פון זיינע פראבלעמען, צו איז עס אמאל דורך דעם וואס דער איד הערט אדער זעט דברי התעוררות וואס וועקט אויף זיינע באהאלטענע געפילן און ער שרייט ארויס נכספה וגם כלתה נפשי לחצרות ה’, מיין הארץ ציעט צו דיין היים, הצד השוה איז אז השי”ת האלט אונז און איין רופן אויף כל מיני וועגן, מיר דארפן זיך נאר אויף וועקן און דערהערן די רוף פון אונזער טאטע, דעם בת קול וואס קומט ארויס איעדן טאג ווי השי”ת בעט זיך: שובו בנים שובבים טייערע קינדער קערט אייך צוריק קומט אהיים טאטי ווארט…
“אלול” איז דער חודש וואס השי”ת קלאפט שוין ענדליך אויף אונזער טיר און זאגט קינדער שטייט אויף פון שלאף, ס’איז טאטי איך ווארט אויף אייך, שוין גענוג געווארט יעצט איז צייט אהיים צו קומען… השי”ת שטייט אונטערן טיר מיט אויסגעשטרעקטע הענט און ווארט אז מיר זאלן נאר אויף מאכן און אריינפאלן אין איר…! דער אידעלע קומט צו השי”ת און זאגט טאטי! איך האב אזוי שטארק געוואלט קומען צו דיר, איך האב מיר אזוי געבענקט, מיינע שוועריגקייטן האבן מיר נישט געלאזט, איך האב נישט די ווערטער דיר צו באדאנקן פארן קומען, די האסט מיר געראטעוועט און אזוי האלזן מיר זיך ארום מיט א געוואלדיגע אהבה…!
דאס זאגט אונז משה רבינו “ראה” טייערע איד זעה! מאַך אויף דיינע אויגן און זעה ווי השי”ת רופט דיר, ווי ער שטייט ביים טיר און ווארט פאר דיר, ווי ער שיקט דיר רמזים אָן אויף הער, ברכה איז הערן! יא נאר די פאקט אז די הערסט די רוף פון דיין טאטע, וועט שוין ברענגן אלע ברכות אויף די וועלט אלע דיינע שוועריגקייטן וועלן זיך אויף הערן, זיי נאר מקיים דעם אני לדודי זיי מקיים דעם ראה, דעם תשמע דערהער די רוף פון דיין טאטע, און דער פסוק זאגט אונז ווייטער לפניכם ער וויל מיר זאלן אלע אהיים קומען צוזאמען, אבער איעדע יחיד זאל דעהערן זיין אייגן רוף, איעדע יחיד זאל נעמען די מיה און ווילן מיט אן אמת אהיים גיין, “היום” שטופ עס נישט אפ נאר היינט, יעצט, אין די מינוט, נעם דיר די קוראזש האב נישט קיין מורא וואס דער זאגט אדער וואס יענער זאגט, טו צום זאך און זאג פאר דיין טאטע יא איך האב געהערט דיין רוף, איך זעה דיין רמז, און איך פארשטיי עס… איך קום צוריק אהיים…
טייערע חבירים אלול פאנגט זיך טאקע אָן מיט ומל ה’ אלוקיך, השי”ת נעמט די ערשטע טריט, ער קלאַפט אויף אונזער טיר און רופט אונז אז מיר זאלן אהיים קומען, מיר זאלן תשובה טוען, מיר זאלן זיך מחזק זיין, איעדע איינע פון אונז ספעציעל דורכן חודש אלול האט עפעס א מינוט א צייט וואס ער הערט דעם רוף הויעך און קלאר, דערנאך דארפען מיר זיך באווייזן ביים טיר און אויסרופן טאטי אני לדודי טאטי איך בין דא! יישר כח פארן מיך אויף וועקן “יעצט בין איך דא” איך האב אזוי שטארק געוואלט קומען ביז יעצט אבער איך האב נישט געהאט די קוראזש צו מאכן דעם החלטה, איך האב מיך געשעמט פון דעם און פון יענעם און ווען איך האב שוין יא מחליט געווען אז איך קום איז מיר גלייך אונטער געקומען שוועריגקייטן ווי נאר די טאטע ווייסט אזוי גוט אז איך מוטשע זיך מיט נסיונות על גבי נסיונות אלע מיני שוועריגקייטן, איך קען עס קוים אויסהאלטן… זאגט דער טאטע אויב אזוי מיין קינד די ווילסט קומען, די דארפסט הילף ודודי לי, קום מיין קינד איך וועל דיר אהיים נעמען מיט מיר, סייעתא דשמיא קומט צו גיין, ווי חז”ל זאגן אונז הבא לטהר מסייעין אותו… השי”ת וואַשט אונז אויס, ער גראד פאר אונז אויס דעם וועג, ער האלט אונז אונטער ביי די הענט אז מיר זאלן קענען אהיימגיין אן קיין שום שוועריגקייטן.
דאס איז אונזער תפקיד דורך די נעקסטע 30 טאג ביז ראש השנה צו נעמען דעם רוף און זיך צוביסלעך דערנענטערן צו השי”ת, נאך א קאפיטל תהלים, אביסל מער כוונה ביים דאווענען, מער תורה מער חסד, א טריט נאך א טריט גייען מיר אלע אהיים. אז מיר וועלן טאקע דערהערן די רוף וועלן מיר זוכה זיין צו אלע ברכות וואס די תוה”ק איז אונז מבטיח, מיר וועלן זוכה זיין צו ווערן אמתע בעלי תשובה און מיט אונזער טאטע צוזאמען צוריק אהיים גיין… ביז דער טאטע וועט זאגן אויף זיין טייער שראליק: ישראל אשר בך אתפאר…!
לסיכום געדענק:
- זעה און דערהער די אלע רמזים וואס השי”ת שיקט דיר, און ווי ער רופט דיר אהיים…
- עפען אויף די טיר און זאג טאטע איך בין צוריק, איך וויל מיט דיר אהיימגיין…
- ווען די ביסט גרייט אהיימצוגיין וועט השי”ת דיר באגלייטן מיט הצלחה און סייעתא דשמיא…
Leave a Reply