Feeds:
Posts
Comments

ימים נוראים תשע”ה – High Holidays 5775

די שטיבל איז אפען פארן ברייטן ציבור במשך די ימים נוראים

כתיבה וחתימה טובה

The Shtiebel is OPEN to all Jews regardless of affiliation and/or background who would like to come join us for davening

No solicitation, free seating, lots of singing

 

Zmanim-RoshHashana5775

הלא הוא אביך קנך הוא עשך ויכונניך..!

בס”ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אט אט שטייען מיר פאר דעם גרויסן יו”ט, פאר דעם געוואלדיגן געהויבענעם זמן ווען מיר גייען צוטרעטן צום יום הדין הגדול והנורא ראש השנה תשע”ד, וואס מיינט דאס ראש השנה? וואס הייסט ווער ווייסט דען נישט, מען דאווענט לאנג, מען וואונטשט לשנה טובה – א גוט געבענטשט יאר, די נשים צדקניות גרייטן שוין צו די אלע גוטע סימנים און רמזים, די זיסע מייערן און פיל נאך, עפל אין האניג, דאס קאפ פונעם פיש וכו’, ווי ס’איז דער מנהג ישראל קדושים! זעלבסט פארשטענדליך אז די קאפ ווירבלט מיט כל מיני געדאנקן, פון איין זייט זענען מיר צוגעוואוינט צו האבן די טעג א געוויסע מאס אנגעצויגענקייט, עפעס אזא דיקער אטמאספער פון פחד, אוודאי גלייכט קיינער נישט צו פילן אונטערדריקט, אבער ס’איז דאך די ימים נוראים, מ’איז פול מיט פארכט, מיר זוכן זכיות מיר ווילן טוען וואס איז ריכטיג, זוכה זיין אז דער נעקסטע יאר זאל זיין א גוטער און א געלונגענע, אבער פון דער אנדערע זייט איז פארהאן אזא מין געדאנק וואס האפט אז מיר זאלן שוין האלטן דערנאך ס’זאל שוין פארביי גיין …אפען גערעדט טיף אין הארצן שפירן מיר א געפיל פון: מען דארף פועלן א גוט יאר מיט אלע ברכות און ווייטער געגאנגען, איך וויל שוין האלטן פרשת לך לך און ס’איז ‘צוריק צו נארמאל’ אדורך מיט די פרעשור און אנגעצויגענקייט… מיר דארפן זיין אמת’דיג און מאכן דעם חשבון ווי אזוי גרייטן מיר זיך צו און ווי אזוי ווארטן מיר אפ די גרויסע טעג הבאים עלינו לטובה?

אז מיר וועלן קוקן מיט אַן אמת וועלן מיר באמערקן אז דער צומישטע צוגאנג צום יו”ט קומט ווייל עס פעלט אונז די שליסל, עס פעלט אונז די אויגן צו זעהן די ליכטיגקייט, דאס הארץ צו שפירן די שטארקע נאנטשאפט פון די געוואלדיגע טעג, אויף וואס חז”ל זאגן אונז דאך: דרשו ה’ בהמצאו קראו בהיותו קרוב, זוכטס השי”ת ווען ער איז צום געפינען רופטס ווען ער איז נאנט, אדרבה אז מיר קוקן אריין אין נביא זעהן מיר גאר פארקערט אז במשך דעם גרויסן יו”ט ראש השנה זענען מיר מחיוב אנצופילן דאס הארץ מיט שמחה, ווי נחמיה זאגט פאר די אידישע קינדער: וַיֹּאמֶר לָהֶם לְכוּ אִכְלוּ מַשְׁמַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַּקִּים וְשִׁלְחוּ מָנוֹת לְאֵין נָכוֹן לוֹ כִּי קָדוֹשׁ הַיּוֹם לַאֲדֹנֵינוּ וְאַל תֵּעָצֵבוּ כִּי חֶדְוַת ה’ הִיא מָעֻזְּכֶם, וְהַלְוִיִּם מַחְשִׁים לְכָל הָעָם לֵאמֹר הַסּוּ כִּי הַיּוֹם קָדֹשׁ וְאַל תֵּעָצֵבוּ, כָל הָעָם לֶאֱכֹל וְלִשְׁתּוֹת וּלְשַׁלַּח מָנוֹת וְלַעֲשׂוֹת שִׂמְחָה גְדוֹלָה כִּי הֵבִינוּ בַּדְּבָרִים אֲשֶׁר הוֹדִיעוּ לָהֶם, ראש השנה איז נישט קיין צייט פון זיין ח”ו צובראכן, צוקלאפט, נערוועז אדער דעפרעסט וכדומה נאר פונקט פארקערט עסן זיסע עסנווארג און זיך פרייען מיט א געוואלדיגע גרויסע שמחה, ווייל עס איז א הייליגע טאג היינט פאר אונזער האר-השי”ת ווייל די פרייד פון השי”ת איז אונזער שטארקייט…

טייערע ברידער! לאמיר זיך אויפמאכן דאס הארץ און אנהייבן אביסל זעהן און פארשטיין דעם גרויסן יום טוב ראש השנה, פארוואס טאקע זאלן מיר זיין בשמחה אין א יום הדין??? לאמיר דערהערן וואס איז דאס די עבודת היום וואס די תורה זאגט מיר זאלן אריינלייגן אונזער “ראש” קאפ הארץ און מחשבה במשך דעם יו”ט ראש השנה וואס איז אונזער עיקר ארבעט פונעם טאג? דער ענטפער איז פארהאן אין איין ווארט “המלך”! קרוינען השי”ת, ווי חז”ל זענען מבאר: אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכוני עליכם, זכרונות, כדי שיעלה זכרוניכם לפני לטובה, ובמה בשופר. השי”ת זאגט אונז: דערמאנט פאר מיר קעניגרייך כדי עטץ זאלטס מיר קרוינען אויף ענק וכו’, לאמיר אריין קוקן מיט א טיפערן בליק: א) וואס איז באמת די אפטייטש פון די ווארט “המלך”, און בכלל וואס איז דער ענין פון מלכיות – קעניגרייך, מיר רעדן דערפון כסדר אבער וואס איז איר ריכטיגע אפטייטש? ב) וואס האט השי”ת פון דעם אז מיר זאגן מלכיות? ג) פרעגט זיך די גרויסע פראגע וואס האט מלכיות מיט אונז, ווי אזוי טוט השי”ת מלכות אפעקטירן אונזער פערזענליכער לעבן?

חבר יקר! מאך דיר צו די אויגן פאַר נישט מער ווי זעכציג סעקונדעס, טראכט אריין און פרעג זיך די פראגע פארוואס???! פארוואס בין איך אראפגעקומען אויף די וועלט? ווער האט מיך אהערגעברענגט? וואס איז מיין ציעל און תכלית?? גאנץ שנעל שטעלט זיך ארויס א קלארע בילד …איך בין דא ווייל השי”ת דער באשעפער און פירער פון אלע וועלטן האט מיך אריינגעלייגט אין די וועלט, ווייל ער האט א ספעציעלע מיסיע אנגעגרייט פאר מיר, און נאר איך קען עס ערלעדיגן, יא ס’איז קלאר אז זייט בריאת העולם איז נאך נישט געווען א מענטש פונקט ווי איך _______________ (פיל דא אריין דיין נאמען) מיט די זעלבע נאמען, אויסזעהן, פלאץ, משפחה, חברים, ארבייט, נסיונות, שוועריקייטן, טאלאנטן וכו’ און אלע ארומיגע פרטים, דאס איז צוזאמען געשטעלט געווארן דורך אונזער באליבטע טאטע אבינו שבשמים מיט א פונקטליכע שליחות פאר מיר און דוקא אין יאר תשע”ג-ע”ד… איך בין אראפגעקומען מיט א ספעציעלע שליחות און תפקיד וואס איך האב צו ערלעדיגן, א פונקטליכע תיקון וואס איך דארף ברענגן פאר די וועלט, און קיין צווייטער קען עס בשום אופן נישט ערפילן אנשטאטס מיר, אפילו ווען יענער זאל זיין טויזענט און איינס מאל מער טויגליך, געלונגען, חשובער וכדומה, ס’איז איך און נאר איך וואס קען עס ערפילן.

לאמיר גיין א שטאפל ווייטער, השי”ת האט באשאפן די וועלט אזוי אז אלע תאוות, נסיונות און שטותים וואס טוט אונז פארדרייען דעם קאפ מח הארץ און געפיל, שלעפט אונז אוועק פון השי”ת און די נאטורליכע נאנטשאפט צו השי”ת מיט וואס איעדער מענטש איז געבוירן ווערט פארקרומט און שווערליך, ווי פארשטענדליך אויב כלל ישראל דאס הייליג פאלק האט די פראבלעמען, פארשטייט זיך אז להבדיל אלף אלפי הבדלות אין דער וועלט איז דאס אויף אסאך א גרעסערע פארנעם, דאס נארמאלקייט איז שווער צו טרעפן און דער חילול ה’ איז ליידער אויף א גרויסע פארנעם… האט אבער השי”ת אונזער געטרייע טאטע אוועקגעשטעלט אַן ארמיי פון ספעציעלע קרעפטן וואס זייער ארבייט איז צוריקצוברענגען די וועלט צום שכל און צום קלארקייט, דאס אידיש פאלק איז געווארן באשטימט מיט א שליחות צו פארשפרייטן די ליכטיגקייט איבער דער גארער וועלט, איעדע איד ווען ער ארבעט אויף זיין פערזענליכער נאנטקייט צום טאטען שבשמים, האט עס א פאזיטיווער עפעקט נישט נאר אויף זיך נאר אויף די גאנצע בריאה, אלעס ווערט נענטער טריט ביי טריט, און דאס איז די תכלית פון די גאנצע באשאפונג, אז אלע ברואים און מענטשן זאלן ווערן אנגעקניפט מיט א אייביגקייט צו השי”ת.

ווען מיר טראכטן אריין אין די פאר שורות ווערט ביים מענטש קלאר ווי טאג אז …מיין שליחות, תפקיד, שטעלע אדער פאסטן פארוואס השי”ת האט מיר דא אראפ געשיקט אויף די וועלט איז צו טוען אלעס וואס איך קען, נוצן אלע מיינע מעגליכקייטן, כוחות און טאלאנטן וואס השי”ת האט מיר געגעבן צו איך זע עס יא אדער נישט, איז פאר איין איינציגע סיבה, “אז איך זאל נענטער ווערן לאבינו שבשמים און דורך דעם פארשפרייטן א גרויסע ליכטיגקייט”, און ווען דאס איז ביי אונז קלאר וועט די וועלט גאר שנעל צוקומען צו איר פולסטן תיקון… און טאקע דאס איז די קעניגרייך פון וואס מיר רעדן אגאנץ יאר און איבערהויפט ראש השנה, והיה ה’ למלך על כל הארץ, אלעס ציעט ווי א מאגנעט צו דעם גרויסן טאג, ווען עס וועט זיין מלוך על כל הארץ בכבודך, די קעניגרייך פון השי”ת וועט זיין אויסגעגאסן און ארויסשיינען פון די גאנצע בריאה, די מענשטהייט וועט מער נישט זיין צומישט, נאר מיט א קלארקייט וועט אלעס זינגען און זאגן ה’ הוא האלוקים.

וועסט פויענט ניו יארק ארמיי באזע  –  ס’איז זעקס אזייגער צופרי און עס דערקענט זיך שוין קלאר אז היינט איז נישט קיין פשוטע דינסטאג, פון אלע זייטן קומען צו שטראמען הונדערטער סאלדאטן אנגעפאנצערט מיט אלע סארט עקוויפמענט און טרעקלעך, פון די לופטן הערט זיך מעכטיגע קולות פון אלע מיני סארט עראפלאנען און העליקאפטערס – היינט פאנגט זיך אָן די גרויסע יערליכע טרענירונג וואס וועט אנהאלטן פאר די קומעדיגע צוויי וואכן, אין דעם טרענירונג נעמען אנטייל פון די גרעסטע ביז די קלענסטע אפטיילונגען פון די מיליטער, ס’נעמט אריין אין זיך פשוטע סאלדאטן, קאמאנדאס, נעיווי סיעלס, עיר פארס און פיל נאך, די אפעראציע גערופן ‘מלחמה אויג’ וועט ווערן אנגעפירט דורך מעידזשאר גענעראל טאמעס סטריגער, ער וועט זיין אינעם אפעראציע ציממער און פירן דעם קאמף.

דער מעידזשאר גענעראל איז פארנומען ביז גאר, האפענדיג אז ער זאל מצליח זיין, ווען פלוצלינג באקומט ער אַן אלערט אז מען דארף אים ביים הויפט אריינגאנג צום באזע… ער מיט זיינע באגלייטער כאפן א טרעקל און פארן אהין, אנקומענדיג זעט ער ווי מען האלט אראפ א גאנצע גרופע פון יונגע חברה און מען לאזט זיי נישט אריין אינעם באזע… מ’לאזט אים נישט ווארטן נאר גלייך באקומט ער א ריפארט אז די חברה זענען סאלדאטן פון באסטאן וואס זענען געקומען זיין א טייל פון אין די טרענירונג, אבער זיי זענען געקומען מיט ציווילע קליידער זאגנדיג אז אין זייערע זעק האבן זיי דעם יוניפארם, וואס ווי פארשטענדליך איז דאס אקעגן די ארמיי סטאנדארטן…

דער גענעראל לאזט זיך נישט ווארטן נאר פרעגט שנעל די חברה פארוואס זענט עטץ נישט געקומען אנגעטוען מיטן יוניפארם ווי ס’איז די ארמיי סטאנדארט?? איינער פון די חברה נעמט זיך פארענטפערן מיט א נערוועזע שטימע: סיר, מיר האבן זיך זייער געשעמט צו פארן די גאנצע וועג פון אונזער באזע אין באסטאן ביז אהער מיטן יוניפארם ווער גייט דען א ארמיי יוניפארם? און נאך מער מיר זענען פון די נידריגסטע ראנג אינעם ארמיי רוב פון די וואס קומען דא זענען שוין קאמאנדאס, עיר פארס זיי קענען זיך אויפטוען, אבער אונז..?!

געמיינט האט ער אז זיינע ווארעמע ווערטער וועלן עפעס אויפטוען, דערווייל אבער ווערן די חברה שאקירט ווען דער גענעראל ווערט אויפגעברויזט ביז גאר, און געבט ארויס זיין ארדער אז אלע זאלן ווערן געהאלטן איינגעשפארט ביז זיין קומעדיגע החלטה און פון דער ארמיי זענען זיי גענצליך אפגעזאגט… די חברה זענען פארפרוירן געווארן זייער גאנצע חלום פון זיין א סאלדאט איז געגאנגען א גאנג פאר אזא קלייניקייט?!? נאכן זיך בעטן פאר עטליכע מינוט אז ער זאל זיי כאטש מסביר זיין וואס איז אזוי געפערליך אז איינער קומט נישט אנגעטוען מיט מונדיר צום באזע?! פיין זאגט ער מיט א שטייפע שטימע, איך וועל אייך זאגן: די חטא איז בכלל נישט דאס נישט אנטוען דעם יוניפארם, דער פראבלעם איז וואס ליגט אונטער דעם, פארוואס טאקע טראגט ער עס נישט? פארוואס טאקע גייט ער נישט אין זיין יוניפארם?? פארוואס שפירט ער נישט שטאלץ אז ער איז א סאלדאט פון די מעכטיגע אמעריקאנע ארמיי?? און ווען א סאלדאט שפירט נישט שטאלץ, ווען ער פארשטייט נישט פארוואס ער איז א סאלדאט און פארוועם ער טוט סערווירן, און ער שפירט נישט די גליק פון זיין א חלק דערפון, איז ער נישט ווערט ווייטער צו זיין א סאלדאט!

טייערע חבירים! פירן מיר זיך נישט אביסל ענדליך, ווי אזוי גייען מיר אין גאס, איז עס מיט די ריכטיגע אידישע שטאלץ? איז ביי אונז קלאר 24 שעה אין טאג אז מיר זענען סאלדאטן צו השי”ת אונזער געטרייע טאטע, וואס ער איז דער מלך מלכי המלכים דער באשעפער פון אלע וועלטן, און איך בין דא געקומען אויף די וועלט גרייט אויסצופירן זיינע שליחות? טוען מיר לעבן מיט אט די געדאנק, טוען מיר זיך כסדר פרעגן: פארוואס אטעם איך? ווייל איך האב א מיסיע אויסצופירן! פארוועם? פאר השי”ת מיין געטרייע טאטע וואס האט מיר באשאפן מיט א תפקיד מיוחד וואס נאר איך קען ערפילן! יא איך פשוטע איד בין א חלק פון די ספעציעלע ארמיי אפטיילונג, וואס איז פאראנטווארטליך צו פארשפרייטן דעם קעניגס נאמען איבעראל, און פארוואס טו איך עס מיט אזא געטריישאפט? ווייל איך בין זיך כסדר מתבונן און איך לעב מיטן קלארקייט אז ה’ הוא האלוקים ער איז די באשעפער היה הוה ויהיה ער האט מיך באשאפן און ער באגלייט מיר אויף טריט און שריט… און דאס פילט אָן מיין הארץ מיט שטארקייט און שטאלצקייט יא איך בין דער וואס באדינט און פירט אויס די פערזענדליכע שליחות פונעם קעניג אליין, און אויב חלילה טו איך עס נישט, וועט די גאנצע בריאה ליידן, ווייל כדי די בריאה זאל האבן איר פולן תיקון דארפן מיר אלע אינאיינעם, איעדער איד פונעם גרעסטען ביזן קלענסטן טוען זיין פריוואטע שליחות וואס השי”ת אונזער טאטע דער קעניג האט פאר אים באשטימט.

ווען מיר פארשטייען דאס, ווען דער אידישע שטאלץ קומט אריין אין אונזער לעבן מיטן פולסטן קראפט, ווערט פאר אונז קלאר אז א איד דינט נאר השי”ת ואין עוד מלבדו, אז א איד לעבט נישט פאר זיין שכן אדער חבר, א איד לעבט נישט צו מאכן אפאר דאללאר זיך אויסלעבן די יארן בכבוד און גמרנו פארטיג, ניין! א איד לעבט אפילו נישט צו מאכן א גוטן נאמען פאר זיך און טוען שיינע שידוכים, א איד לעבט נישט צו האבן זיין נאמען אויף די ווענט און אין די צייטונגען, אדער צו שטאלצירן מיט אויפטוען, אוודאי זענען דאס אלעס שיינע און אפשר וויכטיגע זאכן, אבער די טיפקייט פון א איד’ס לעבן האט א צענטראלע פונקט וואס דאס איז זיין חלק אינעם מלכות השי”ת, א איד ווייסט אז די קעניגרייך ווארט אויף מיר, די גאנצע באשאפונג, פון די שטיינער ארום מיר ביז צו די פעלקער פון די וועלט, ביז מיין אייגענע משפחה, אלעס האלט זיך איין דאס אטעם און ווארט אויף מיינע מצות און מעשים טובים, און וויבאלד איך האב א מיסיע בין איך דערצו געקניפט און געבינדן, גארנישט אין די וועלט שטייט נישט אין וועג, ווען דער רצון הבורא פארלאנגט עפעס פון מיר, ווען ס’קומט אונטער א מצוה פון די תורה, פאלן אלע פלענער אוועק, אלעס ווערט בטל ומבוטל, ווייל איך בין א אקטיווער-קאמאנדא וואס איז שטענדיג גרייט ארויסצוגיין אויף סיי וואספארא מיסיע..!

פארשטייט זיך אז מיר האבן אויך א יצר, מיר זענען אויך מענטשן וואס ווערן מיד און אויסגעמאטערט, און אסאך מאל פויל צו טוען די ריכטיגע זאך, אבער באמת אין די טיפעניש פון אונזערע הערצער איז דאס די מחשבה, איז דאס די פייער וואס פלאקערט אָן אויפהער, וואס טרייבט אונז ווען די מאמענט איז ריכטיג, ווען מיר דערהערן די קול וואס מאנט און בעט און לאזט נישט אפ, נישט קיין חילוק ווי א איד האלט אין רוחניות אדער אין גשמיות, ווען די מאמענט קומט, ווען ער ווערט געדריקט צום וואנט אדער ווען אלע מחיצות פאלן אוועק, שטעלט ער זיך ארויס מיט א שטאלץ און זאגט מי לה’ אלי!!!

די געדאנק זעהן מיר טאקע אין די וואכעדיגע פרשה פון האזינו: הֲלוֹא הוּא אָבִיךָ קָּנֶךָ הוּא עָשְׂךָ וַיְכֹנֲנֶךָ השי”ת איז דאך דיין טאטע ער האט דיר געקויפט, דיר אויפגעבויעט און דיר געמאכט פאר א פאלק, אז די וועסט אריינברענען אין דיין הארץ די ווערטער וועט עס דיר העלפן אויספירן דיין שליחות, ווייל דין וחשבון ביי דעם סוף פונעם טאג געבסטו אפ נאר פאר דיין טאטען-באשעפער וואס האט דיך אהערגעברענגט און זיין רצון-ווילן איז דיין איינציגע ציעל אויף דער וועלט.

דאס איז אונזער עבודה אין דעם הייליגן טאג, דאס איז אונזער אריינפיר צו א נייעם יאר פון עבודת ה’, ראש השנה איז נישט קיין טאג וואס מיר שטעלן זיך אפ תשובה טאן אדער חרטה האבן אויף די אלטע מעשים, אפשר דאס אויך אבער בעיקר טוען מיר דאס שפעטער במשך די עשרת ימי תשובה און יום כפור, ראש השנה איז אויך נישט קיין טאג וואס מיר בעטן אויף אונזערע פריוואטע געברויכן געזונט, פרנסה, נחת וכו’ נאר אפאר תפילות דא דארטן ווי בספר חיים, אבינו מלכנו, אבער חוץ פון דעם רעדן מיר בלויז פון לעבן צו קענען פארשפרייטן די קעניגרייך און ברענגן כבוד שמים אויף די וועלט.

די עיקר מצוה פון די טאג איז בלאזן שופר, מ’נעמט א הארן פון א בהמה און מ’בלאזט… פארוואס? דער ענטפער צו דעם איז ווייסט פארוואס איך בלאז, אוודאי איז דא נאך צענדליגער טעמים, אבער דאס אליין ווייל השי”ת אונזער טאטע האט מיר געהייסן בלאזן, איז מיר שוין גענוג, דא שטעלט זיך ארויס על ישראל גאותו אידישע שטאלצקייט וכו’ מיר האבן א באשעפער און מיר דינען נאר אים און קיינעם אנדערש… איי מה יאמרו הבריות וואס וועלן מיינע חבירים זאגן וואס וועט דער שכן זאגן? אָה ס’זעט אויס מאדנע עס גייט מיך בכלל נישט אָן, אין די ארמיי פרעגט מען נישט קיין קשיות מען טוט וואס מען הייסט מיט גאוה דקדושה טו איך וואס איך דארף צו טוען…

צו פארשפרייטן השי”ת’ס קעניגרייך דארפן מיר אנהייבן ביי אונז אינדערהיים, מיר דארפן האבן די ריכטיגע שטאלץ צו טוען השי”ת רצון… דערפאר דאווענען מיר די סדר פון מלכות זכרונות און שופרות אריינצוברענגן אין אונזערע הערצער די געדאנק, מלכות: רעד ארום פון השי”ת’ס מלוכה איבער די וועלט, זכרונות: רעד פון דיך, צוריק גייענדיג פון אנפאנג פון די בריאה ביז היינט געדענק ווער די ביסט און זיי שטאלץ, שופרות: רעד פון דיין שליחות אויסצורופן פאר די וועלט כה אמר ה’ וכו’.

לאמיר אויסנוצן די געלעגנהייט אנשטאטס זיך בלויז פארנעמען מיט גרויסע אונטערנעמונגען צום נייעם יאר וואס מיר גייען אפשר יא אדער נישט איינהאלטן, לאמיר ענדערש אריינברענען טיף אין זיך אז: איך בין שטאלץ צו זיין א איד, איך דין נאר השי”ת און קיינעם אנדערש נישט. פון היינט און ווייטער לאמיר גיין אין גאס מיט א אויפגעהויבענע קאפ און פלייצע ווייל איך בין א איד, איך שעם זיך נישט מיט מיין אויסקוק אדער מיט מיינע לבושים וויל איך בין א איד, לאמיר דינען השי”ת און טוען זיינע מצות מיטן פולסטן שטאלץ, לדוגמא אויב קומט אריין א עלטערע איד אין בית מדרש שטעל איך זיך אינגאנצן אויף, איך קוק זיך נישט ארום פארדעם צו זעהן אויב איעדער טוט עס, ווייל איך דין נישט קיין מענטשען נאר השי”ת, ווען איך זיץ מיט חברים און איינער שיסט ארויס א געשמאקע לשון הרע, אפילו איעדער שמייכלט שעם איך זיך נישט אנצורופן מיט איידלקייט אז עס איז לשון הרע און נישט אויסגעהאלטן, ווען איך פאר ארום אין די וועלט אדער ווען איך גיי פאר ביזנעס הענגט ארויס מיינע ציצית מיט שטאלץ, צו ס’איז העלפן א איד מיט שווערע פעקלעך אדער אפזאגן נארישקייטן ווען איך דארף לערנען מיין שיעור קבוע אדער פארמאכן מיין טעלעפאן פאר איך קום אריין אין בית המדרש ווייל איך גיי יעצט מקיים זיין מצות תפילה, א קלאפ אין די פלייצע מיט א גוט ווארט פאר א חבר וואס דרייט זיך ארום צוטראגן און אזוי ווייטער, צו טוען אלע מצות אן קיין טראפעלע בושה נאר מיט שטאלץ ווייל איך בין דא מיט א ציעל צו דינען דעם בורא און פארשפרייטן ליכטיגקייט אויף די וועלט, טריט ביי טריט.

די צען טעג פון תשובה אנגעהויבן פון ראש השנה ביז נאך יום כפור זענען טעג וואס איעדער יחיד האט די כח פון צען אידן, מען דארף נאר אויסשטרעקן די האנט, אויפמאכן די כלים, און עס ווערט תיכף אנגעפילט מיט ליכטיגיקייט, נישט אומזיסט האבן אונז די חכמים אויסגעלערנט איינצוטינקן אין האניג, צו עסן זיסע עסן, אלעס אז אפילו דער גוף זאל שפירן א זיסקייט אין די טעג, די זיסקייט און געשמאק פון תשובה השיבנו ה’ אליך ונשובה, נישט קיין חילוק ווי מיר האבן פארברענגט (אדער אנגעברענגט) די יאר, מאכט אונזער טאטע אויף ברייט די טויערן און ווארט אויף אונזער צוריק קומען כרחם אב על בנים, מיר שטעלן זיך אָפ פונעם יערליכן געלויף און פארברענגען מיט אונזער טאטען פאר אפאר קורצע וואָכן אה! ווי איז נאך פארהאן זיסער ווי צו זיין אונטער די שאטן פונעם טאטען ווען ער נעמט אונז ארום מיט ליבשאפט, וואס דאס ווערט אויסגעדריקט שפעטער מיט די לעכטיגע יו”ט סוכות זמן שמחתינו און שמחת תורה, לאמיר עפענען די הערצער און אריינאטעמען די הייליגע אטמאספער וויפיל מיר קענען, ווילאנג עס איז דא, מיט שמחה דקדושה זיך פרייען אז מיר האבן די זכיה צו זיין א חלק פון די גרויסע ארמיי כלל ישראל, אונזערע הערצער זאלן זינגען די הייליגע ווערטער פון ראש השנה ביז אסרו חג, מיר זאלן אריין ברענגן אין אונזערע הערצער די מלכות און ליבשאפט פון השי”ת צו אונז, און דאס וועט אונז ברענגן ביז עס וועט מקיום דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג והיה ה’ למלך על כל הארץ ביום ההוא יהיה ה’ אחד ושמו אחד בב”א.

לסיכום געדענק:

  • פארוואס בין איך באשאפן געווארן? נאר צו טוען השי”ת’ס רצון צוריקצוברענגן זיין מלוכה איבער די בריאה.
  • יא איך פשוטער איד האב מיין תפקיד, וואס איך טו מיט שטאלץ צו פארשפרייטן די ליכטיגקייט.
  • ראש השנה איז א צייט צו זיין פרייליך פאר די געוואלדיגע זכיה צו זיין א חלק אלוקי ממעל.

א כתיבה וחתימה טובה און א שנת גאולה וישועה!

לא תשחית את עצה.. כי ממנו תאכל..!

בס”ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

שטייענדיג אין די טעג פון אלול, טעג פון רחמים, טעג פון תשובה, ווי מיר האבן געשמועסט לעצטע וואך אז דאס זענען טעג וואס אונזער באליבטע טאטע אבינו שבשמים קומט קלאפן ביי אונז אויפן טיר, אויף אונזערע הערצער, און רופט אונז צו תשובה, השי”ת בעט זיך קומט צוריק אהיים… לאמיר אריין קוקן אין זיך און באמערקן אז ס’איז נישט עפעס א ווייטע רוף וואס הערט זיך קוים, ביי איעדער פון אונז ווערט עס דערהערט הויעך און קלאר און אין הארץ שפירט מען דעם רוף, ווען מיר הערן דעם קול שופר יא אמת ס’נעמט נאר א מינוט אבער די מח זאגט אָן אויפהער “ס’איז אלול איך דארף מיך נעמען אין די האנט אריין”, און פארשטייט זיך אז ווען מיר דערהערן די רוף פון השי”ת, און די אינערליכע בענקשאפט קומט ארויס, גייען מיר אלע אקעגן אונזער טאטע מיט שטארקייט און שמחה, ווי מיר זאגן אין די ימי אלול די תפילה פון לדוד ה’ אורי וישעי, עס איז א ליכטיגע חודש, עס איז די חודש ווי נאכן זיין פארבלאנזעט פאר אזוי לאנג טרעפן מיר זיך צוריק אויפן וועג אהיים, און דערנאך קומט דער אני לדודי ודודי לי, השי”ת העלפט אונז צו אז מיר זאלן קענען גרינגערהייט אדורך מאכן די גאנצע וועג, און מיר זאלן אנקומען צום ראש השנה ויו”כ מיט די גרעסטע מאס פארזיכערטקייט אז מיר וועלן בעזר השי”ת זוכה זיין בדין.

אין די וואכעדיגע פרשה געפינען מיר די תוה”ק זאגט אונז די דינים וואס איז נוגע בשעת כלל ישראל גייט אין מלחמה, כִּי תָצוּר אֶל עִיר יָמִים רַבִּים לְהִלָּחֵם עָלֶיהָ לְתָפְשָׂהּ לֹא תַשְׁחִית אֶת עֵצָהּ לִנְדֹּחַ עָלָיו גַּרְזֶן כִּי מִמֶּנּוּ תֹאכֵל וְאֹתוֹ לֹא תִכְרֹת כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה לָבֹא מִפָּנֶיךָ בַּמָּצוֹר  –  אויב די וועסט באלאגערן א שטאט מלחמה צו האלטן און איר איינצונעמען, זאלסטו נישט פארדארבן איר פרוכט ביימער ארויפצושטיפן אויף אים אן אייזן, ווייל פון אים וועסטו עסן, און דערפאר זאלסטו אים נישט אראפשניידן וכו’. לאמיר פארשטיין וואס איז שוין די גרויסע פראבלעם אז מען האקט אפ א בוים, ס’פעלט דען ביימער? מען דארף דאך עס פאר א האק, ס’איז וויכטיג? לאמיר זיך פארטיפן אין דער ענין פון בל תשחית און בעזהשי”ת ארויס נעמען די ריכטיגע מוסר וואס איז נוגע פארן טאג טעגליכע לעבן.

אין די יעצטיגע אלול טעג זאגן מיר איעדן טאג די תפילה לְדָוִד ה’ אוֹרִי וְיִשְׁעִי וכו’ אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת ה’ אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ שִׁבְתִּי בְּבֵית ה’ כָּל יְמֵי חַיַּי לַחֲזוֹת בְּנֹעַם ה’ וּלְבַקֵּר בְּהֵיכָלוֹ  –  רבש”ע נאר איין זאך, איך וויל זיצן בבית ה’ מיין גאנץ לעבן. לאמיר פארשטיין ווי קען דוד המלך דער קעניג פון כלל ישראל בעטן פון השי”ת אזא בקשה פון “שבתי בבית ה’ כל ימי חיי” ווען אין דער זעלבע צייט האט השי”ת אים געשטעלט צו זיין דער מלך ישראל, און ווי פארשטענדליך האט ער זיינע כסדר’דיגע אויפגאבעס, ער דארף פירן כלל ישראל, די לאנד, די מלחמות וכדומה ווי קען ער בעטן צו זיצן בבית ה’ כל ימי חיי?

ברוקלין ניו יארק – אלימלך שפאצירט זיך רואיג אויפן גאס ווען פלוצלינג זעט ער ווי מענטשן לויפן, ווי לויפט מען, וואס גייט פאָר? ער גייט נענטער און ער זעט ווי מענטשן ליגן איבער געבויגן אויף דער ערד אוי רבש”ע וואס האט דא פאסירט? ער גייט נאך אביסל נענטער און גלייבט נישט וואס ער זעט, חצקל דער באוואוסטער געלט גייער שטייט ביים פענטצטער און ווארפט ארויס געלט, ס’פליעט …דאללערס …פינעפערס …צעהנערס, דער עולם ליגט אויף דער ערד וויינט און לאכט כאפט און פאקט ס’איז ממש אמחי’ צו קוקן, אזא מעשה געלט רעגנט פון הימל…

א טאג דערנאך גייט אלימלך דאווענען שחרית מיט א פרישקייט האלטנדיג אינמיטן פסוקי דזמרה קלאפט איינער מיט א פושקע, אלימלך הייבט אויף די אויגן ווילנדיג אריין לייגן א קוואדער, אבער ער זעט אז דער געלט גייער איז נישט קיין צווייטער ווי חצקל …נא נו נע… (א מזל ער קען נישט אויסרעדן), אבער ער דארף שוין גארנישט ארויסרעדן ווייל פון די אנדערע זייט שטיבעל קומט ר’ מענדל צו רייסן און נעמט זיך שרייען אויף חצקל ..וואס איז דאס מיט דיר דא גייסטו נאך געלט און ביי נאכט ווארפסטו עס פון פענצטער?!

טייערע חבירים! ס’ליינט זיך מיט א שמייכל און אפשר לויפט אדורך א מחשבה ..חבל איך בין נישט דארט געווען, אפשר וואלט איך אויך געקענט כאפן?! אבער לאמיר זיין אמת’דיג מיט זיך, זענען מיר נישט ממש אזוי ווי חצקל אדער כאטש אביסל ענדליך, השי”ת אונזער באליבטע טאטע געבט אונז די טייערסטע זאך אויף די וועלט, די געוואלדיגע מתנה פון חיים לעבן, אזוי אויך געבט אונז השי”ת מעלות און טאלאנטן, און מיר שטייען און ווארפן עס ארויס פון פענטצטער, וואס ס’דארף ביי אונז קלאר זיין איז: אז דער רבש”ע געט א בוים פון פרוכט איז עס א מתנה וואס מען דארף אויסנוצן נאר צום בעסטן, און דאס איז צו עסן די פרוכט און נישט פאר קיין שום אנדערע זאך, און די זעלבע איז מיט די מתנה פון חיים – לעבן, מיר דארפן עס אויסניצן צום בעסטן און דאס איז אויף דאס וואס מיר זענען באשאפן געווארן און נישט פאר קיין שום אנדערע זאך, און זיכער נישט נעמען די טייערע צייט און עס ארויסווארפן אדער פארשלאפן, אונזער טייערע און געלונגענע טאלאנטן און עס לאזן אוועקשפאצירן מיט גארנישט, מיר דארפן געדענקן אז איעדער פון אונז איז א גרויסע פרוכט בוים וואס האט די כוחות ארויסצוגעבן זיסע געשמאקע פירות, די תורה הקדושה ווארענט אונז טו עס חלילה נישט פארשניידן, זיי חלילה נישט מבטל קיין איין מינוט פון די טייערע צייט, געב נישט אוועק קיין איין סעקונדע פון דיין חיים-לעבן פאר נארישקייטן, נאר ניץ עס אויס צום קלימאקס אויפן תכלית החיים, אויף דאס וואס די ביסט באשאפן געווארן.

זאגט זיך דער אידעלע אקעי איך בין מסכים איך וויל אויסניצן די צייט, בפרט יעצט אין די ימי אלול די הייליגע חודש איך וויל באמת אריין כאפן און ניצן מיינע מינוטן אויף תשובה און תיקון המעשים, אבער וואס זאל איך טוען סוף כל סוף בין איך דאך א בשר ודם איך דארף ארבעטן שלאפן, עסן, פארברענגן מיט מיינע חבירים וכדומה, אויסניצן איעדע מינוט פון טאג בלויז פאר עבודת ה’ זעט מיר אויס ווי עפעס נישט מעגליך??!

טייערע ברידער האסט א טעות די מיינסט אז אויסניצן די צייט און זיך פארבינדן מיט השי”ת מיינט אז מען דארף זיצן אין ביהמ”ד און זאגן תהלים פון צופרי ביז אויף דער נאכט, דער אמת איז אבער נישט אזוי די רמב”ם (הלכות דעות פ”ג ה”ג) זאגט: אפילו בשעה שהוא ישן, אם ישן לדעת כדי שתנוח דעתו עליו וינוח גופו כדי שלא יחלה, ולא יוכל לעבוד את ה’ והוא חולה, נמצאת שינה שלו עבודה למקום ברוך הוא, ועל ענין זה צוו חכמים ואמרו וכל מעשיך יהיו לשם שמים   –   אפילו ווען א מענטש שלאפט, אויב שלאפט ער כדי ער זאל זיין אויסגעריהט און האבן כח צו דינען השי”ת ווערט זיין גאנצע שלאף א חלק פון זיין עבודת ה’, אזוי אויך איז ווען א מענטש עסט, אויב עסט ער צו האבן כח, איז דאס רצון ה’, דאס הייסט אז אפילו א וועלטליכע-גשמיות’דיגע זאך וואס א מענטש טוט אדער איז פארנומען מיט, אויב איז די ציעל אז דאס זאל אים ארויסהעלפן אז ער זאל קענען דינען השי”ת ווערט דאס אויך הייליג און א שטיק רוחניות, וואס דאס מיינט איז: די גיי ווייטער מיט דיין טעגליכע סדר היום, יא יעצט אין חודש אלול זאלסטו בלייבן אין אפיס/געשעפט און טוען וואס די דארפסט, אבער טויש דיין מהלך המחשבה פארשטיי אז די ארבעטסט צו קענען ברענגן פרנסה און דאס איז די רצון ה’, פארשטיי אז ווען די פארברענגסט און שעפסט פרישע לופט איז דאס ווייל די גרייטסט זיך צו קענען דאווענען און לערנען מיט מער כח און רואיגקייט וכדומה, וואס עס פארלאנגט זיך פון אונז איז: אז דאס וואס מיר טוען אין דעם טאג טעגליכן לעבן זאל זיין מיטן ציעל צו ברענגן א נחת רוח פאר השי”ת, נעם איעדע געלעגנהייט, איעדע מינוט, איעדע פעולה וואס די טיסט און מאך עס א שטיק עבודת ה’, און איעדע מינוט ווערט אויסגעניצט פאר עבודת ה’.

און טאקע דאס בעט א איד יעצט אין די ימי אלול אחת שאלתי מאת ה’, שבתי בבית ה’ כל ימי חיי, רבש”ע איין זאך, אמת אז איז בין פארנומען מיט כל מיני זאכן וכו’ אבער רבש”ע העלף מיר אז דארט ווי איך בין, דארט ווי איך געפין זיך זאל זיין א בית ה’, איעדע מינוט פון מיין טאג זאל זיין פאר דיר און פאר דיינעט וועגן און קיין איין מינוט זאל חלילה נישט גיין לאיבוד, נאר סיי וועלעכע זאך איך טו אדער וואס איך בין עוסק זאל זיין א שטיק עבודת ה’, א שטיק דביקות בה’, און איעדע מינוט זאל ווערן אויסגעניצט אויף איר ריכטיגע תכלית..!

טייערע חבר! אויב האסטו שוין יא עובר געווען אויף לא תרצח און אפגעהרגעט טייערע צייט, און יעצט ווילסטו גיין א טריט ווייטער און גאר משלים זיין אויף די יארן וואס די שפירסט אז די האסט אדורך געלאזט אָן דעם וואס זיי זאלן ווערן אויסגעניצט צו איר קלימאקס, דאן ווער נישט צובראכן נאר כאפ זיך אויף פון שלאף און לויף אין עיר מקלט ווי מיר זעהן די וואך אין די סדרה וְזֶה דְּבַר הָרֹצֵחַ אֲשֶׁר יָנוּס שָׁמָּה וָחָי גיי לעב באצאל צוריק מיט וואס די קענסט עַיִן בְּעַיִן שֵׁן בְּשֵׁן יָד בְּיָד רֶגֶל בְּרָגֶל צום אלעם ערשט ווי מיר שמועסן מאך איעדע טריט דיינע א שטיק עבודת ה’ מיטן זיך פארבינדן מיטן מחשבה אז אלעס וואס איך טו איז מיטן ציעל נענטער צו ווערן און צו טוען דעם רצון ה’, און דערנאך גיי דעם צווייטן טריט אז אפילו ווען די שפירסט אז יעצט בין איך שוין יא עוסק אין עבודת ה’ ווי למשל ווען די ביסט אויפן וועג צום ביהמ”ד ניץ אויס די מינוט און רעד צום בורא כל עולמים, כאפ מיט אים א שמועס פארצייל אים דיינע פראבלעמען, דאנק אים פאר זיינע געוואלדיגע חסדים, ווען די זיצט שוין ענדליך ביים שבת טיש פארברענג מיט די קינדערלעך נוץ אויס די געלעגנהייט און באַק אין זיי אריין אמונה און בטחון, ווען די נעמסט א טייל אין א אידישע שמחה זיי דארט מיט די גאנצע הארץ פריי זיך באמת מיט וכדומה, ווען דארפסט גיין אדער פארן ערגעץ ווי געדענק תָּכִין לְךָ הַדֶּרֶךְ נעם זיך מיט א ספר, א תהילים, א ביכל וואס וועלן רייכער מאכן דיינע ידיעות, געדענק פון דיינע טייערע מינוטן און פיל זיי אן מיט די מערסטע, נוץ אויס איעדע סעקונדע פון לעבן, מאך די מערסטע דערפון, אז מיר וועלן אויסניצן אונזערע מינוטן קענען מיר זיין פארזיכערט אז אט אט ווען מיר וועלן שטיין פארן מלך מלכי המלכים און זיך בעטן אויף טעג און יארן “זכרינו לחיים מלך חפץ בחיים” וועט השי”ת אונז געבן מיט א ברייט האנט בברכת כתיבה וחתימה טובה!

לסיכום געדענק:

  • ווען א מינוט גייט פארביי מיט גארנישט ווערט דער הערליכע פרוכט בוים פארשניטן.
  • מאך עבודת ה’ דיין ציעל אין טאג, און נוץ אויס איעדע מינוט פונעם לעבן.
  • ערפיל איעדע מינוט צום קלימאקס, לייג אריין וויפיל ס’גייט, און זיי זוכה צו דעם זכרינו לחיים מלך חפץ בחיים.

כאשר ישא איש את בנו..!

בס”ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

ימים חולפים ימים עוברים, די טעג וואכן און יארן לויפן זיי לאזן זיך נישט ווארטן, קוים געכאפט א בליק אין ספר בראשית און שוין שטייען מיר דא ביי ערבות מואב מיט אלע אידישע קינדער גרייט אריינצוגיין אין הייליג לאנד. מיר שטייען יעצט אין שווערע טעג, די ניין טעג פון חודש אב, אונזערע הערצער זענען פיל מיט פיין און ווייטאג, די אויגן קוקן ארויס פון אירע טיפענישן און ס’פרעגט זיך אוי הייליגע טאטע עד מתי ווי לאנג נאך, ווילאנג נאך וועלן מיר זיצן דא אין גלות זיך ארומדרייענדיג אָן א קאפ, מח און הארץ?! טאטע ווי קענען מיר צוקוקען ווי די שכינה איז אזוי פארשוועכט, אנשטאטס וואס עבודת השם זאל זיין די נארמאלסטע נאטורליכסטע זאך אויף דער וועלט, דער געשפרעך פונעם טאג, דער ציעל פון קינד און קייט, איז גאר אידישקייט א מלחמה וואס דארף געהאלטן ווערן אויף טריט און שריט, מיר פרעגן טאטע עד מתי? ווי לאנג נאך וועט דער הייליגסטער פלאץ אויף די וועלט זיין פארמיאוסט און פארהוילן פון אונז? די טרערן שטייען ביים עק האלז אבער עס קומט נישט ארויס ווייל מיר האבן שוין ליידער פארגעסן וויאזוי צו וויינען, אוי ממקומך מלכנו תופיע הערט זיך דער קול וואס שרייט ארויס פון איננעווייניג, טאטע מיר ווילן שוין פארזיכן דעם זיסן טעם פון א אמת’ן אידיש לעבן, א לעבן אין ירושלים עיר הקודש מיט די זיסע קלאנגען פון תורה תפלה, שירה וזמרה 24 שעה אין טאג-זיבן טאג א וואך, א לעבן וואס עס איז מלאה הארץ דעה את ה’, ווי איעדער מענטש זאגט און לעבט דעם בית יעקב לכו ונלכה באור ה’ – קום לאמיר ארויפגיין קיין ציון זיך צו באלעקן מיט דעם דבר ה’.

לאמיר צוזאמען כאפן א שפאציר אין די פרשה וואס ווערט געליינט יעצט די וואך ‘שבת חזון’, זיך פארטיפן און אנקניפן מיט די טייערע זיסע ווערטער פון אונזער געטרייע פאַסטוך משה רבינו, וואס געזעגענט זיך יעצט פון אונז אנגעפאנגען פון ראש חודש שבט ב’ אלפים תפ”ח לפ”ג, און ווי באקאנט ברענגט רש”י הקדוש ארויס אז אונזער געטרייע רבי זאגט דא מוסר פאר כלל ישראל, ער זאגט און לערענט אונז ‘את הדרך אשר ילכו בה’.

עס איז פארשטענדליך פאר איעדן בר דעת ווי שווער עס מוז זיין פאר אונזער געטרייע רבי צו זאגן מוסר ספעציעל ווען ער האלט אט אט ביים זיך געזעגענען פון אונז, אונזער הייליגע רבי וואס האט זיך פאר אונז מוסר נפש געווען איין מאל און נאכאמאל, אונזער רבי וואס האט נישט געקוקט אויף זיין כבוד קיין איין רגע והאיש משה עניו מאוד מכל האדם, אונזער רבי וואס האט פאר 40 יאר געטראגן אלע אונזערע פעק און זעק איכה אשא לבדי טרחכם ומשאכם וריבכם, אלע קריגערייען און סכסוכים האט געלאַנדעט ביי זיין טיר, כאטש ער האט געפילט אז ער קען נישט לא אוכל לבדי שאת אתכם, פונדעסטוועגן האט ער נישט אויפגעהערט צו קלאפן ביי קודשא בריך הוא פאר אונזערט-וועגן, מיט הארץ און געדולד העלפט ער געטריי אלע אידן, צו איז עס אנשים טמאים ביי פסח שני, בנות צלפחד, צו בני גד ובני ראובן, אדער אפילו ווען מ’קומט זיך קריגן בני קרח, מרגלים, מתאוננים, ערב רב, מעפילים וכו’ וכו’ אלץ שטייט ער געטריי און העלפט אונז מיט אלעם וואס נאר מעגליך, און יעצט פון זיין גרויס געטריישאפט און ליבשאפט וואס איז שטערקער ווי אייזן נעמט ער זיינע לעצטע כוחות און זאגט אונז די דברי מוסר, ער לאזט אונז איבער צידה לדרך פאר דעם לאנגן וועג אהיים, לאמיר באטראכטן און ריכטיג אפלערנען, אריינבאַקן אין זיך דער נקודה, דער געדאנק וואס אונזער רבי וויל אז מיר זאלן דאס מיט נעמען פארן עתיד ווען ער וועט נישט זיין צווישן אונז אחר מאה ועשרים.

אונזער רבי הייבט אָן גאר אין קורצן די עלף טעג פון הר סיני ביז קדש ברנע, און ווארפט אריין אין געציילטע ווערטער די ווידערשפעניגן ביים ים סוף, דעם חטא העגל, זיך אפרעדן ביים מן, מחלוקת קרח, דערנאך קומט א לענגערע שמועס פון די חטא המרגלים די מעפילים, און די אלע שוועריקייטן און מלחמות וואס די אידן האבן געהאט אין מדבר מיט אדום, מואב, אמורי, בשן און ביז די אידן שטייען שוין גרייט אריינצוגיין אינעם הייליג לאנד  –  לאמיר פארשטיין פארוואס האט אויסגעפעלט אז אונזער רבי זאל אונז דערמאנען און איבערגיין די אלע שוועריגקייטן?

אז מיר באטראכטן ריכטיג די פרשה באמערקט זיך קלאר אז צווישן די אלע פסוקים שטייט ארויס איין פסוק וואס אין דעם ליגט די שליסל צו די גאנצע שמועס וואס אונזער רבי משה לערענט אונז וַתֹּאמְרוּ בְּשִׂנְאַת ה’ אֹתָנוּ הוֹצִיאָנוּ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם לָתֵת אֹתָנוּ בְּיַד הָאֱמֹרִי לְהַשְׁמִידֵנוּ  –  עטץ האטס געטענה’ט אז וויבאלד הקב”ה האט אונז ‘פיינט’ דערפאר האט ער אונז ארויסגענומען פון מצרים אונז איבערצוגעבן אין די הענט פון די אמריים אונז צו פארטיליגען! אויף דעם האב איך ענק גענטפערט: וָאֹמַר אֲלֵכֶם לֹא-תַעַרְצוּן וְלֹא-תִירְאוּן מֵהֶם ה’ אֱלֹקֵיכֶם הַהֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם הוּא יִלָּחֵם לָכֶם  כְּכֹל אֲשֶׁר עָשָׂה אִתְּכֶם בְּמִצְרַיִם לְעֵינֵיכֶם וּבַמִּדְבָּר אֲשֶׁר רָאִיתָ אֲשֶׁר נְשָׂאֲךָ ה’ אֱלֹקֶיךָ כַּאֲשֶׁר יִשָּׂא אִישׁ אֶת בְּנוֹ בְּכָל הַדֶּרֶךְ אֲשֶׁר הֲלַכְתֶּם עַד בֹּאֲכֶם עַד הַמָּקוֹם הַזֶּה… –  פונקט דאס פארקערטע! הקב”ה גייט שטענדיג פאר ענק בייטאג און ביינאכט ער פירט ענקערע מלחמות, נאך מער דורכאויס די גאנצע וועג פירט ער ענק מיט די גרעסטע מאס ליבשאפט אזוי ווי א טאטע פירט זיין זין, דאס אז עטץ פארשטייטס נישט ווי שטארק הקב”ה האט ענק ליב איז גאר די גרעסטע חסרון אין אמונה ..וּבַדָּבָר הַזֶּה אֵינְכֶם מַאֲמִינִם בַּה’ אֱלֹקֵיכֶם, הַהֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם בַּדֶּרֶךְ לָתוּר לָכֶם מָקוֹם לַחֲנֹתְכֶם  בָּאֵשׁ לַיְלָה לַרְאֹתְכֶם בַּדֶּרֶךְ אֲשֶׁר תֵּלְכוּ בָהּ וּבֶעָנָן יוֹמָם.

האלו! ווער איז דאס? אָה מאיר’ל מיין טייער קינד וואס מאכסטו עפעס? שוין לאנג נישט געהערט פון דיר,

מאיר: ב”ה דא ביי מיר איז פיין, וויאזוי איז ביי דיר?

טאטע: ב”ה מ’קען זיך נישט אפרעדן, נָא וואס פארציילסטו עפעס?

מאיר: טאטי כ’האב דיר געוואלט בעטן א טובה איך האף אז ס’וועט דיר נישט זיין צו שווער,

טאטע: א טובה פאר דיר? שווער? קיינמאל! ביזט דאך מיין באליבטער זין, וואס קען איך טוען פאר דיר?

מאיר: אקעי איך וויל זיך טרעפן מיט דיר,

טאטע: וואס הייסט דאס טרעפן?

מאיר: איך מיין צו זאגן איך וויל מיך מיט דיר אראפזעצן דורכשמועסן א וויכטיגע ענין, ס’וועט נישט נעמען צופיל צייט, אבער ס’איז מיר זייער וויכטיג,

טאטע: זאג נאר מאיר’קע זייט ווען קענסטו מיר פאר אַן אפיציעלר מענטש, זאג מיר יעצט אויפן טעלעפאן וואס די ווילסט און כ’וועל דיר גערן העלפן!

מאיר: גערעכט אבער ס’איז אביסל א פארצווייגטע ענין, האב איך געטראכט אפשר איז בעסער מען זאל זיך אראפזעצן,

טאטע: פארצווייגט, פארשמייגט טרעט צו צום ענין און לאָדען אראפ פון הארץ, איך בין א טאטע, איך וועל דיר שוין זאגן צו ס’איז פארצווייגט קודם רעד צו מיר,

מאיר: שוין אז די ווילסט דווקא יעצט וועל איך דיר זאגן, איך … איך נויטיג זיך זייער אין א ‘פינעווער’! כ’האב געוואלט וויסן צו ס’וואלט אפשר געווען שייך אז די זאלסט מיר בארגן?!

טאטע: א פינעווער?! פינף הונדערט? פינף טויזענט?!

מאיר: ניין וואס עפעס, פינף דאללאר!

טאטע: מאיר’קע איך בין אינגאנצען פארשעמט, פאר פינף דאללאר דארפסטו זיך אראפזעצן מיט מיר און מאכן צענדליגער הקדמות??? איך בין טאקע נישט אזוי פארמעגליך אבער איך וואלט דיר געהאלפן מיט אפילו אסאך מער געלט ווייל איך האב דיך ליב אהבת נפש, אבער פאר א פינעפער אזא הקדמה דאס איז שוין איבערגעטריבן, מיינסט נישט אזוי?!

מאיר: איך וועל דיר זאגן די אמת איך ווייס אז ס’איז נישט אסאך אבער לעצטענס האב איך זיך אויפגעפירט … צו דיר און מאמי, דערפאר האב איך געהאלטן און געשפירט אז די ביסט אביסל ברוגז אויף מיר?!

טאטע: מיין קינד וואס איז מיט דיר, ברוגז – געשפירט?! די ביסט מיין קינד אפילו די וועסט דיך שטעלן אויפן קאפ ביסטו מיין איינציגע מאיר’קע און איך וועל גיין אין פייער פאר דיר, בעט וואס די ווילסט און איך וועל דיר עס ערפילן…

טייערע חבירים! לאמיר זיך אפשטעלן פאר א רגע פון התבוננות, לאמיר אריינקוקן אין זיך און באטראכטן מיט אַן אמת אונזער פערזענליכע נאנטשאפט מיט אבינו שבשמים אונזער טאטע אין הימל, וועלן מיר זעהן אז מיר זענען נישט צופיל אנדערש ווי מאיר’קע מיט זיין טאטע! איעדער פון אונז ווייסט אז השי”ת האט באשאפן די וועלט מיט איין ציעל, און דאס איז להיטיב עם בריותיו, השי”ת וויל נאר אונזער גוטס שטענדיג אויפן בעסטען אופן וואס נאר שייך, נישט נאר ווייסן מיר דאס, נאר טיף אין הארצן שפירן מיר אז השי”ת וויל נאר אונזער גוטס און נישט קיין איין ברעקל ווייניגער ווי א טאטע האט ליב זיין קינד איז די אהבה פון השי”ת צו אונז, מיר זענען דאך בנים למקום קינדער פון השי”ת, ווי מיר זאגן ביים דאווענען אהבת עולם בית ישראל עמך אהבת, השי”ת האט ליב כלל ישראל מיט א אייביגער ליבשאפט, און ער וויל נאר איין זאך משפיע זיין פאר אונז גוטס און הצלחה אויף טריט און שריט.

פונדעסוועגן דאך לעבן מיר אסאך מאל מיט אזא מין פרעמדקיייט צום בורא כל עולמים אזוי ווי מאיר ווען ער רופט זיין טאטען פאר די הלואה! דער יצר טוט כסדר זאגן פארן מענטש אז די ליבשאפט פון השי”ת צו אונז ווערט אפעקטירט און געמאסטן לפי ערך פון אונזער אידישקייט לויט אונזער מצב אין עבודת השם, מיר מיינען אז ווען מיר זענען נישט אזוי הונדערט פראצענט מיטן דאווענען, לערנען וכדומה, טוישט זיך די מאס ליבשאפט פון השי”ת צו אונז, און ווען דער מענטש הייבט זיך אָן ארומדרייען מיט אזעלכע מחשבות און געפילען הייבט אָן אריינצווואקסן א שפאלט אין אונזער קשר מיט אונזער טאטען, און דעמאלטס פאנגן זיך אלע צרות און פראבלעמען אָן, פלוצלינג פאנגט דער איד אָן שפירן עפעס א פרעמדקייט אז השי”ת איז נישט העכסט צופרידן פון אים ..וואס הייסט די האסט דאך געטוען דאס און יענץ, השי”ת וויל נישט וויסן פון דיר און ס’קומט דיר גארנישט, די תפילות פאנגן אָן ווערן שוואכער און שוואכער, אוודאי בעט ער ווייטער אויף זיינע לעבנס-וויכטיגע באדערפענישן ווי פרנסה געזונט נחת וכדומה, ער האפט אז ער וועט עס באקומען, אבער ער פילט עפעס אזא מין אומזיכערקייט, און פארשטייט זיך אז ער הערט אויף בעטן אויף גרויסע זאכן ווייל ער שפירט …ווער בין איך צובעטן פינעם רבש”ע, בין איך דען ווערד?! דערנאך ריקן זיך אריין די זעלבע הרגשות אויך אין זיין טעגליכע עבודת ה’ ער שפירט אז ער טוט נישט גענוג, און ווער רעדט נאך אויב ער פאלט חלילה אדורך דעמאלטס שפירט ער ווי השי”ת האט אים גאר ח”ו פיינט, ער שפירט אז השי”ת איז אויף אים ברוגז… און ווען ס’גייט אים שווער, דעמאלטס טראכט ער צו זיך, אה מסתמא באקום איך יעצט וואס ס’קומט זיך מיר, און אפילו ווען ער זעט ווי זיינע תפילות ווערן יא געעטנפערט פרייט ער זיך מיט זיין גוטן מזל, אבער ליידער פאלט אים נישט איין אז די אלע ישועות וואס ער באקומט דא איז פון גרויס ליבשאפט וואס השי”ת האט צו אים, ווייל אין זיין מחשבה איז דאך זיין קשר מיט השי”ת עפעס וואס ווענדט זיך ווי גוט און ערליך ער איז, און ער ווייסט דאך ביי זיך אז ער איז נישט, און אזוי דרייט ער זיך ארום מיט א צובראכן הארץ און א אראפגעלאזטע געמיט און די אידישקייט זעט אים אויס גאר שווער…

טייערע חבירים! דער ריינער אמת איז אבער גאר פארקערט אוודאי דארף א איד זיין ערליך און אפגעהיטן אדם לעמל יולד, מען דארף נוצן אלע כוחות און מחשבה צו דינען השי”ת בכל לבבכם מיטן גאנצן הארץ און מיט א נפש חפיצה, און טוען דאס בעסטע וואס מיר קענען, אבער השי”ת’ס ליבשאפט איז בכלל נישט איינגעצוימט, ס’ווענדט זיך אין גארנישט, דער איד’ס טעגליכע מצב אין עבודת ה’, זיינע שוואכקייטן, עליות און ירידות טוט נישט קיין טראפל עפעקטירן אונזער קשר און נאנטשאפט מיט אבינו שבשמים, און אפילו אויב ח”ו א איד פאלט דורך האט זיך דער שטענדיגער פליס פון ליבשאפט פון הקב”ה צו זיינע טייערע קינדערלעך נישט אפגעשטעלט פאר קיין איין רגע, נאר פארקערט ס’איז דארטן אָן א אויפהער, אם אסק שמים שם אתה ואציעה שאול הינך… נישט קיין חילוק צו דער איד גרייכט הימלען אדער פארקערט דעם תהום איז הקב”ה’ס ליבשאפט ווייטער דארטן פונקט ווי פריער.

נאכמער אפילו ח”ו ווען א מענטש גייט דורך שווערע מצבים, איז עס ווייל אונזער געטרייע טאטע השי”ת געבט “א קלאַפ אין די פלייצע מיט ליבשאפט”, אמת אמאל טוט עס וויי אבער השי”ת טוט דאס ווייל ער וויל צוריק אונזערע תפילות וואס קומען מיטן גאנצן הארץ, ער וויל צוריק זעהן אז כאטש מיר שפירן אז מיר זענען נישט ווערדט אף על פי כן שטעלן מיר זיך מיטן לב שלם און מיר גיסן זיך אויס דאס הארץ, און דאס ברענגט צוריק די הרגשה ביים מענטש אין הארץ אז יא השי”ת איז מיין טאטע אין איעדע מצב, די ליבשאפט איז אמת’דיג, עס איז נישט תלויה בדבר ס’ווענדט זיך נישט אין גארנישט, און ס’איז עזה כמות אהבה, די ליבשאפט איז שטערקער פון אלעס אויף די וועלט…

ווי ס’שטעלט זיך ארויס איז עס נישט קיין נייע פראבלעם פון תשע”ג ס’איז א פראבלעם וואס כלל ישראל ליידט שוין פון די מינוט וואס מיר זענען געווארן א פאלק, אלע פראבלעמען און נסיונות וואס די אידן זענען אדורך אין מדבר איז געווען נאר מחזק צו זיין די נקודה, השי”ת האט אונז געוויזן אז שטענדיג צו דער מענטש זעט יא אדער נישט איז די שכינה הקדושה געגאנגען פאר אונז און אונז געטוען באגלייטן, און זיך פאר אונזער גוטס כסדר געטוען זארגן – ווי א טאטע טראגט זיין קינד אויף די פלייצעס, מיר זענען קינדער פון השי”ת, ער איז אונזער טאטע און א טאטע געבט און באגלייט אָן קיין חשבון, אָן קיין גרעניץ און סוף… אבער מיר אידישע קינדער האבן דאס כסדר פארגעסן, און נאכמער מיר האבן גאר געשפירט פון צייט צו צייט אז השי”ת האט אונז חלילה פיינט, ווייל אז נישט וואלט ער דאך אונז נישט געברענגט להמיתנו במדבר, דא די מצריים, דא דער ים, די הונגער, נישט דא קיין וואסער, און ער וויל אונז נאך אריינברענגן אין א לאנד פון גרויסע שרעקעדיגע ריזן?! דערפאר חזר’ט דא משה רבינו איבער מיטן נייעם דור וואס גייט אריין גיין קיין ארץ ישראל, וּבַדָּבָר הַזֶּה אֵינְכֶם מַאֲמִינִם טייערע קינדער עטץ פארגעסטס אז השי”ת האט ענק ליב, עטץ מיינטס אז די ליבשאפט איז עפעס א מענטשליכע אהבה וואס האט זמנים און תנאים… געדענקט אז די מציאות איז פונקט פארקערט די ליבשאפט איז גאר געוואלדיג און שטארק און בלייבט אויף אייביג און אונזער רבי טוט אונז פארזיכערן ה’ אֱלֹקֵיכֶם הַהֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם הוּא יִלָּחֵם לָכֶם וכו’ אֲשֶׁר רָאִיתָ אֲשֶׁר נְשָׂאֲךָ ה’ אֱלֹקֶיךָ כַּאֲשֶׁר יִשָּׂא אִישׁ אֶת בְּנוֹ וכו’  אֶת הַכֹּל נָתַן ה’ אֱלֹקֵינוּ לְפָנֵינוּ ער געט אונז אלעס… עֵינֶיךָ הָרֹאֹת אֵת כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה ה’ אֱלֹקֵיכֶם לִשְׁנֵי הַמְּלָכִים הָאֵלֶּה כֵּן יַעֲשֶׂה ה’ לְכָל הַמַּמְלָכוֹת אֲשֶׁר אַתָּה עֹבֵר שָׁמָּה… עטץ האטס דאך געזעהן מיט די אויגן איינמאל און נאכאמאל אז אונזער טאטע טראגט אונז ווי א קינד און דאס זאלט איר אריינקריצן אין הארץ לֹא תִּירָאוּם כִּי ה’ אֱלֹקֵיכֶם הוּא הַנִּלְחָם לָכֶם וכו’ האט נישט קיין מורא ווייל השי”ת ער טוט פאר ענק מלחמה האלטן און ווען א טאטע האלט מלחמה פאר זיינע קינדער קען דער קינד זיין רואיג און פארזיכערט.

די זעלבע איז מיט אונז טייערע ברידער, מיר זענען שוין אין גלות באלד צוויי טויזענט יאר, און מיר פילן זיך פארפרעמדט אזוי ווייט אז עס פילט זיך שוין אביסל נישט בעטעמט ..וואס איך וועל בעטן אויף די גאולה, איך וועל בעטן אויף א בית המקדש וכדומה?! איך בין דאך נישט ווערדט, אסאך גרעסערע און פריעדיגע פון מיר האבן אויף דעם שוין געבעטן און יעצט קום איך..?! ווער און וואס בין איך, פלוצלינג ווערט דער מענטש א גאנצע עניו, און דערפאר וויינען מיר איכה ישבה בדד, פארוואס זיצסטו אליין, פארוואס גארטעלסט דיך נישט אָן מיט שטאלץ צו בעטן פאר די גאולה מיט א פולן מויל ווי א זון בעט זיין טאטען וואס וויל נאר זיין גוטס, געדענק הקב”ה זיצט ביים ליידיגן טיש און ווארט בכליון עינים אז זיינע קינדער זאלן צוריק קומען, ער האט נישט אויפגעבויעט קיין אנדערע הויז אדער איבערגעלאזט דעם טיש פאר איין סיבה “ווייל מיר זענען זיינע קינדער און ער האט אונז ליב אהבת נפש און ער ווארט אויף אונז”, אפילו ווען ער שטראפט אונז איז עס מיט ליבשאפט ‘חסדי ה’ כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו’ זענען ווערטער פון מגילת איכה, וואס ענדיגט זיך מיט די בקשה פון השיבנו ה’ אליך ונשובה לאמיר זיך נישט פילן מער פרעמד, נאר געדענקן אז אונזער טאטע ווארט מיט בענקשאפט און ליבשאפט, לאמיר גוט אפלערנען די ווערטער פון אונזער רבי און לעבן דערמיט “אז אין סיי וועלכע מצב מיר זענען האבן מיר איין איינציגער טאטע אין הימל וואס וואַרט און בענקט זיך נאך אונז”, פארשטייט זיך אז די זעלבע איז אויך ווען עס קומט צו אונזער פריוואטע לעבן זאלן מיר בשום אופן נישט אריין לאזן די מחשבות וואס דער יצר ריקט אריין אז די האסט דאך געטוען דאס און יענץ און ממילא ווער און וואס ביסטו דען ווערדט וכו’ ניין געדענק מיט א קלארקייט אז השי”ת איז מיין טאטע און ער האט מיך ליב אהבת נפש און פארקערט אויב מען פאלט אדורך איז  השי”ת’ס בענקשאפט נאך שטערקער ווארטנדיג אז די זאלסט צוריק קומען… לאמיר דערפרישן און שטארקן אונזער קשר און ליבשאפט מיט אבינו שבשמים און אט בקרוב וועלן מיר זוכה זיין השיבנו ה’ אליך ונשובה חדש ימינו כקדם בבנין בית המקדש בביאת ינון בב”א.

לסיכום געדענק:

  • ווען דיין מח זאגט: ווער און וואס בין איך דען ווערדט?! ענטפער צוריק: איך בין א קינד פון השי”ת
  • אין סיי וועלכע מצב מיר זענען גיסט זיך ליבשאפט פון אונזער טאטע אָן אויפהער.
  • “כאשר ישא איש את בנו” מיר האבן איין איינציגער טאטע וואס טראגט אונז אויף זיינע פלייצעס אויף טריט און שריט.

אשריכם שתזכו..!

בס”ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

לעצטע וואך האבן מיר אדורך געשמועסט די וויכטיגקייט פון לעבן מיטן מחשבה פון ‘ואם לא עכשיו אמתי’ אויב נישט יעצט ווען יא?! וואס דאס מיינט אז ווען א מענטש ווערט נתעורר זאל ער חלילה נישט אָפשטיפען נאר ער זאל גלייך טוען למעשה, מקבל זיין אפילו א קלייניגקייט, אדער אפילו נאר פאר א קורצע צייט, אלעס כדי די מאמענט זאל נישט פארביי גיין און ווערן אָפגעקילט, נאר געדענקן אז די קבלה די שפרינג וואס מען געט איז חשוב ביי השי”ת ווי דער כהן גדול אליין… די וואך געפינען מיר אין די פרשה נאכאמאל די זעלבע נקודה, השי”ת איז מצווה משה רבינו אז ער זאל גיין אויסוועלן די לוים פון צווישן די אידישע קינדער און ער זאל זיי רייניגן און הייליגן כדי זיי זאָלן זיין גרייט צו טוען די עבודה אינעם בית המקדש אַנשטאט די בכורים ווי די פסוק זאגט:

קַח אֶת הַלְוִיִּם מִתּוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְטִהַרְתָּ אֹתָם. די טעם פארוואס די לוים האבן זוכה געווען דערצו און נישט די בכורים איז ווייל ווען עס איז פארגעקומען די גרויסע חטא העגל, זענען די לוים געווען די וואס זענען אויפגעשפרינגען מיט א פעסקייט און גלייך מקדש שם שמים געווען, זיי האבן נישט געמאכט קיין חשבונות, נאר גלייך געטוען וואס א איד דארף צו טוען ברענגן כבוד שמים…

אז מיר האבן זיך בסייעתא דשמייא אָפגעשטעלט אויף דעם פסוק פון קח את הלוים, דארפן מיר אריין קוקן מיט א טיפערן בליק און זעהן וואס נאָך די תורה לערענט אונז אין די פסוק. לכאורה דארף מען פארשטיין וואס פאַר א לשון איז דאס קח את הלוים, וואס מיינט דאס נעמען די לוים, ווי אזוי נעמט מען מענטשן? ענטפערט אויף דעם רש”י אז עס מיינט נישט נעמען מיט די הענט נאר עס מיינט קחם בדברים אשריכם שתזכו להיות שמשים למקום   –   אז די לשון פון קחו מיינט נעם זיי מיט ווערטער “ווי גליקליך זענט איר שבט לוי אז איר זענט זוכה צו זיין באדינער פאר השי”ת”.

לכאורה טוט אבער רש”י נישט פארענטפערן די קשיא ווייל אויב מיינט מען מיט קח רעדן וואלט נאך אלץ געדארפט שטיין ‘דבר’ אל הלוים פארוואס שטייט די לשון פון ‘קח’?

די וואך אין פרקי אבות געפינען מיר די משנה רַבִּי אוֹמֵר, אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיָּבוֹר לוֹ הָאָדָם, כֹּל שֶׁהִיא תִפְאֶרֶת לְעוֹשֶׂיהָ וְתִפְאֶרֶת לוֹ מִן הָאָדָם   –   רבי זאגט וועלכע איז די ריכטיגע וועג וואס א מענטש זאל זיך אויסוועלן צו גיין? ענטפערט רבי אז מען זאל גיין אין אזא וועג וואס ברענגט גוטס פארן מענטש וואס גייט אויף די וועג, און וואס ברענגט אים כבוד פון אנדערע מענטשן.  לאמיר פארשטיין וואס פרעגט רבי, ‘איזוהי דרך’ מיט וועלכע וועג זאל א מענטש גיין …וואס הייסט אז מען עפענט א חומש זעט מען די תורה’דיגע וועג ווי די פסוק זאגט אונז ובחרת בחיים?! און בכלל דארף מען פארשטיין וואס ענטפערט רבי?

געציל איז געווען זייער אומצופרידן פון וואוינען אין שטאט ס’האט אים געצויגן צו וואוינען אין שטעטל ארומגענומען מיט די נאַטור, מיט די רואיגקייט וואס איז נישט פארהאַן אין די שטאט, ער האט באשלאסן אָפצוקויפן א פאַרם צו פארקויפן פראדוקטן פאר נאָנט און ווייט, און אזוי מאכן פרנסה, נאך געציילטע חדשים פון זיך אריבערציען און מסדר זיין וואוינט שוין געציל אויף זיין נייער פאַרם מיט קיען, ציגעלעך, טשיקנס וכו’ וכו’, און אלע קלאַפער געצייג, ער האט שוין אפילו זיין אייגענער פערד ארום צורייטן אין די פעלדער.

געציל שטייט אויף גאר פרי דאווענט ותיקין דערנאך גייט ער ארויס אין שטאַל מעלקן די קיען, געבן צו עסן פאר די בהמות ווי ס’שטייט ונתת עשב בשדך לבהמתך, ווען אלעס איז מסודר און ער האט אפגעגעסן פרישטאג גייט געציל נאכאמאל אין שטאַל דאסמאל ארויסצונעמען דאס פערד פאר א שפאציר אין די פעלדער צו זען ווי מ’האלט, געציל זעצט זיך ארויף אויפן פערד און געט א ציה די לייצעס אבער אופס… ס’גייט נישט… דער פערד האַלט זיך נישט ביים רירן, געציל פרובירט א צווייטן מאל און א דריטן מאל, אבער ס’גייט פשוט נישט, ער נעמט ארויס דאס ביכל ווי ס’שטייט פארשריבן אלע פערדישע הלכות אויסצוגעפונען וואס מ’טוט דא, נאכן זיך ארוממוטשענען א שטיק צייט אין געבן אפאָר גוטע פעטש פארן פערד געבט זי זיך ענדליך א ריר.

אזוי לויפן די טעג געציל גייט אדורך געפערליכע עגמת נפש מיטן פערד, ס’בריקעט אין הירדזעשט און ס’האלט זיך פשוט נישט ביים צושטעלען, געציל פון זיין זייט האַקט און שלאָגט דאס פערד, מער ווייניגער קומט געציל אָן מיטן פערד ווי ער וויל, אבער אָן שרייען אין געבן פעטש ארבעט עס נישט, דאס פערד מצידו ווייזט ארויס איר אומצופרידענקיייט ווי אימער זי קען נאר, בקיצור די צוויי פארשטייען זיך נישט ווי ס’באדארף צו זיין.

איין טאג איז א ערפאַרענער פאַרמער געקומען אויף א באזוך אין געציל’ס פאַרם, נאָכן צוקוקן ווי געציל גייט זיך אים מיטן פערד, זאגט ער ..הער זיך איין ר’ געציל, איין טאג גייט דא איינער ווערן אויסגעברענט, אדער די אדער דיין פערד, געציל וויינט זיך אויס פון הארץ און זאגט די ווייסט וואס איך האב שוין מיטגעמאכט מיט דעם פערד?! …אבער האב איך דען א ברירה א חוץ פעטש און שרייען פארשטייט דאס פערד גארנישט, זאגט אים דער פארמער הער מיך צו מיין קינד, האסט שוין פרובירט מיט שיינעם? יא אוודאי דארף מען ניצן דעם בייטש אבער נאר ווען עס איז באגלייט מיט אלע אָנגענומענע כללים ארום דעם… ווען די רעדטס צום פערד רעד איידעל, הער אויף שרייען, אנשטאט פעטש זאלסטו כסדר גלעטן דאס פערד, וואַרף אריין אביסל איבריגע בלעטער פאר א נאַש, וכו’ וכו’ ווייז פארן פערד אז די האסט איר ליב וועסטו זען ווי שיין זי וועט זיך צושטעלען צו דיר, כך הוה און זייט דעמאלטס לעבט געציל מיטן פערד ווי צוויי בעסטע פריינד, די שלום בית איז עפעס געוואלדיג.

שלמה המלך זאגט אין משלי דְּרָכֶיהָ דַרְכֵי נֹעַם וְכָל נְתִיבוֹתֶיהָ שָׁלוֹם (משלי ג’ י”ז) די וועג פון די תורה איז מיט ליבשאפט אין אלע אירע וועגן זענען מיט פרידן, דאס הייסט אז ווען א טאטע וויל רעדן צו זיין קינד, א רבי צו זיין תלמיד, א איד צו זיין חבר, אינדערהיים מיטן בני בית, אדער גאר צו זיך אליין, דארף מען רעדן געלאַסן און אויסדרוקן ליבשאפט און זארג, נישט שרייען, אראָפקלאַפן, אדער אוועקמאכן, ווייל דאס ארבעט נישט.

ווען עס קומט צו א מענטש קען עס דיר אויסקוקן ווי ער שטייט, זיצט אדער געפינט זיך נעבן דיר, אבער באמת געפינט ער זיך בכלל נישט דא, דער מענטש געפינט זיך ווי זיין נשמה איז, ווי זיין דעת און שכל זענען, דערפאר כדי צו קענען נעמען א מענטש פון איין פלאץ צום צווייטן דארף מען רעדן אין אפעלירן צו זיין נשמה צום דעת פונעם מענטש, די תוה”ק קומט אונז אויסלערנען די ריכטיגע וועג איבער צו נעמען א מענטש און אים נעמען פון איין מצב צום צווייטן, און זאגט אונז דעם סוד ווי אזוי מען מאכט עס “דורך רעדן צום נשמה און שכל”, די תורה לערנט אונז ווי אזוי מיר זאלן רעדן צו א מענטש, עס פארלאנגט זיך שיינע רייד, הארציגע דיבורים של טעם.

מיט דעם איז גאר געשמאק די הייליגע רייד פון רש”י קחם בדברים, ווען משה רבינו האט געדארפט נעמען די לוים פון זייער פריערדיגע שטאנד ווי זיי האבן נאכנישט געטוען די עבודה אין משכן, האט עס געדארפט צוגיין דורך קח את הלוים, ווי אזוי מען נעמט א מענטש פון איין מצב צום צווייטן, נאר דורך שיינע פאַזיטיווע רייד ווי: “אשריכם שתזכו להיות שמשים למקום – ווי גליקלעך ביסטו צו זיין א חלק פון די באדינער צו השי”ת”, דערפאר האט ער געדארפט רעדן צו זייער הארץ און מחשבה אז זיי זאלן גענצליך זיין אין זייער נייע פאַזיציע מיטן גאנצן הארץ. און ווען מ’רעד צו א צווייטן מיט געפיל אין ליבשאפט, ווען מ’קאַמפלימענטירט און מ’זאגט “אשריך שזכית וואויל איז דיר” דאס איז רייד וואס גייט אריין טיעף אין הארץ און ס’נעמט איבער דעם מענטש מיט א ריכטיגע לקיחה נישט ווייניגער ווי ווען מען נעמט א זאך פון איין פלאץ צום צווייטן.

און טאקע דאס לערענט אונז רבי, אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיָּבוֹר לוֹ הָאָדָם, וועלכע וועג זאל זיך א מענטש בוחר זיין? דאס מיינט אז, אוודאי איז די וועג פון די תוה”ק ראה נתתי לפניך היום את החיים די איינציגסטע און ריכטיגע וועג פון לעבן, אבער דער מענטש פרעגט ווי אזוי זאל איך עס אויספירן? ווי אזוי זאל איך עס איבער געבן? זאגט אונז רבי געב עס איבער אויף א אופן וואס איז תִפְאֶרֶת לְעוֹשֶׂיהָ וְתִפְאֶרֶת לוֹ מִן הָאָדָם, ס’זאל זיין שיין און באטעמט, געשמאק און זיס, זאג אים וואס השי”ת האט געזאגט פאר משה רבינו קח – אשריכם שתזכו להיות שמשים למקום וואויל און גליקלעך זענט איר צו זיין א חלק פון השי”ת קינדערלעך וכדומה, און נאר אזוי קען מען באמת נעמען א מענטש אדער קינד פון איין פלאץ צום צווייטן, שרייען און סטראשונגען קען האלטן א מענטש אויף די פיס… אבער צו נעמען א מענטש פון איין מצב צום צווייטן אז עס זאל זיין א “קחו” פעלט זיך אויס א אַן אשריכם שתזכו!

מיר אלע ווילן האבן גוטע פאַרבינדונג מיט אונזערע קינדער, זאגט אונז די תוה”ק די עצה איז רעד צו זיי אפן מיט הארץ, געפיל און ליבשאפט, זאג זיי אפט ווי גליקליך זיי זענען צו זיין א חלק פונעם אידישן פאלק, וואספאַרא זכיה זיי האבן צו קענען ווערן מחונך מיט תורה, יראת שמים און מידות טובות, וואספאַרא גליקליכע לעבן עס ווארט זיי אָפ אויב זיי וועלן שפאַצירן און זיך פירן ווי השי”ת ווייזט אונז אָן אין זיין הייליגער תורה. ווילסט משפיע זיין אויף א חבר פארברענג מיט אים, פארצייל אים ווי שטארק די קוקסט אים ארויף, זאג אים ווי גליקליך ער איז צו האבן די אלע מעלות וואס ער האט, און ווי שטארק עס וועט צוגעבן צו זיינע מעלות אז ער וועט זיך שטארקן אין תפילה אדער לימוד התורה, די זעלבע איז אינדערהיים, שלום בית איז ווען מען רעד פאַזיטיוו …ועל כולם ווילסט דיך אליינס מחזק זיין, הער זיך אויף אראָפצורייסן זיך אונטערשאצן, רעד צו דיין הארץ, פארצייל זיך ווי השי”ת האט דיר ליב, נישט קיין חילוק וויאזוי די האסט אויסגעקוקט נעכטן אדער א מינוט צוריק, ווי שטארק השי”ת קוקט ארויס אויף דיין כי אם ליראה ולאהבה אותו, אביסל אמונה אביסל יראת ה’ אביסל אהבת ה’, לאמיר זיך אלע אויסלערנען רעדן פאזיטיוו איינער צום צווייטן וועט אונזער לעבן ליכטיג ווערן …עס וועט ווערן א לעבן פיל מיט געשמאק און זיסקייט און אונז ברענגן נענטער לאבינו שבשמים.

לסיכום געדענק:

  • כדי עס זאל זיין א “קחו” דארף מען נעמען די מענטש מיט הארציגע רייד.
  • שמועס אויס זיינע מעלות און באַגיס אים מיט פאַזעטיווע געשמאקע רייד.
  • זאג צו זיי און זאג צו זיך “אשריכם שתזכו להיות שמשים למקום”.

כי הם חיינו וארך ימינו…

בס”ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די ספירה טעג זענען שוין אדורך און מיר שטייען שוין געציילטע טעג פאר קבלת התורה, די יו”ט וואס מיר גייען אונטער די חופה, די אלע הכנות וואס מיר זענען אדורך, די אלע מידות וואס מיר האבן געארבעט זיי מתקן צו זיין, קומען מיר יעצט אט אט שוין צום הויעך פונקט דער מעמד הקדוש ווי השי”ת געבט אונז די תוה”ק נאכאמאל מיט א פרישקייט און התחדשות, עס איז אונז נאך פארבליבן געציילטע טעג, אלעס כדי מיר זאלן קענען מקיים זיין דעם פסוק הֱיוּ נְכֹנִים לִשְׁלשֶׁת יָמִים צו זיין גרייט צו די געהויבענע טעג הבא עלינו לטובה… לאמיר אריין קוקן אין די וואכעדיגע פרשה און מיט איר זיך גרייטן צום גרויסן מעמד.

וְחָנוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אִישׁ עַל מַחֲנֵהוּ וְאִישׁ עַל דִּגְלוֹ לְצִבְאֹתָם, און די אידישע קינדער וועלן רוען איעדער מיט זיין מחנה אונטער זיין פָאן   –   לכאורה דארף מען פארשטיין אז מען טרעפט נישט פאַרדעם אין פסוק א באפעל פון השי”ת צו כלל ישראל אז מען זאל מאכן דגלים, אויב אזוי פארוואס זאגט אונז די פסוק אז זיי וועלן? די באפעל טרעפן מיר נאר אביסל שפעטער ווי די פסוק זאגט אִישׁ עַל דִּגְלוֹ בְאֹתֹת לְבֵית אֲבֹתָם יַחֲנוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מִנֶּגֶד סָבִיב לְאֹהֶל מוֹעֵד יַחֲנוּ? אבער דא ביים באפעל פרעגט זיך וואס איז די לשון “בְאֹתֹת”?

ביי די פרשה פון קבלת התורה געפינען מיר די פסוק זאגט וַיָּבֹאוּ מִדְבַּר סִינַי וַיַּחֲנוּ בַּמִּדְבָּר וַיִּחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל נֶגֶד הָהָר, וואס לכאורה דארף מען פארשטיין וואס איז די דאפעלטע לשון פון ויחנו און גלייך דערנאך ויחן?

די גמרא אין מסכת שבת (פח ב) כשעלה משה למרום המלאכים טענו לפני הקב”ה תנה הודך על השמים, אמר לו הקב”ה למשה החזר להם תשובה… תורה שאתה נותן לי מה כתיב בה וכו’ לא תשא – משא ומתן יש ביניכם… לא תרצח לא תנאף לא תגנוב – קנאה יש ביניכם יצר הרע יש ביניכם, מיד הודו לו להקב”ה וכו’   –   ווען משה רבינו איז ארויף געגאנגען מקבל זיין די תורה הק’ האבן די מלאכים געטענ’ט צו הקב”ה געב אונז די תורה הק’, תנה הודך על השמים לאז דיין שיינקייט ביי אונז, האט השי”ת געזאגט פאר משה רבינו ענטפער זיי א תירוץ אויף די טענה וואס זיי האבן?! האט משה רבינו געזאגט אין די תורה שטייט לא תשא – איר האט עפעס געשעפטן צווישן זיך? איז דען פארהאן ביי אייך קנאה אדער שנאה? “האט איר דען א יצר הרע”?! גלייך האבן די מלאכים מודה געווען צו השי”ת.

מיר דארפן פארשטיין, השי”ת האט דאך געהאט א טעם און א הסבר פארוואס ער וויל געבן די תורה הק’ פאר כלל ישראל, און משה רבינו שטייט שוין דארט גרייט צו נעמען, און דא פלוצלינג ווען די מלאכים קומען מיט טענות הייסט השי”ת משה רבינו זאל זיי ענטפערן, השי”ת אליין האט דאך זיי געקענט שטיל מאכן מיטן  זאגן דאס איז מיין רצון, און אפשר גאר זיך נישט וואוסענדיג מאכן, ווי פארשטענדליך דארף זיך השי”ת נישט פארענטפערן, און בכלל דארף מען פארשטיין און גוט אפלערנען דאס וואס משה רבינו האט זיי געענטפערט?!

זיצט זיך ר’ אשר די בעל הבית פונעם ריזיגן פאַבריק מיט אירע פיהלע ארבייטערס ביי זיך אין אפיס פארדאגה’עט, ב”ה די ביזנעס בליעט, אבער די ארבעט איז צופיל, איך בין דאך א בשר ודם, ס’איז נישט מעגליך פאר איינעם צו מאכן אלע ארבעט, ער קומט צום באשלוס גענוג געווען, ער וועט אויף נעמען א מענעדזשער וואס וועט אים צוהעלפן מיט די ארבעט… אומר ועושה ער לאזט וויסן אין די טעגליכע בולעטין אז ער זיכט א געלונגענע אינגערמאן, עס נעמט נישט לאנג און מזל טוב שמערל איז די נייע מענעדזשער, אזוי לויפן אדורך די וואָכען און חדשים שמערל האט זיך גיט אריין געדרייט, ער לייגט אריין אלע זיינע כוחות און פירט די געשעפט ווי עס דארף צו זיין, איין טאג זאגט שמערל פאר ר’ אשר אז איך זעה ביסט אזוי אויס געמוטשעט ..איך מיין אז עס איז צייט זאלסט נעמען א וואַקאציע פאר אפאר וואכן, די ווייסט דאָך אז איך קען אליינס פירן די גאנצע געשעפט…

ר’ אשר זאגט אז די פלאַן געפעלט מיר זייער, אבער כדי זיכער צו מאכן אז די ביזנעס פירט זיך פיין אָן קיין פראבלעמען וועל איך דיר געבן א ליסטע פון עטליכע גאָר וויכטיגע אָנווייזונגען וואס וועט דיר העלפן זיכער מאכן אז פראבלמען קומען נישט אונטער, און דארט וועסטו אויך טרעפן אלעס וואס פעלט זיך אויס על כל צרה שלא תבא זיי צו קענען מסדר זיין שנעל און גרינג, ר’ אשר פירט אים אריין אין זיין פריוואַטע אפיס און געבט אים איבער די ליסטע און זאגט ארבעט מיטן ליסטע ווי פאלגענד:

  • איעדן צופרי ווען די קומסט אריין אין אפיס ליין עס אדורך מיט א קלארקייט, און ליין עס אויך איבער פאר די גייסט אהיים.
  • הענג אויף א קאפיע ביי דיר אין אפיס אויפן וואַנט כדי זאלסט עס שטענדיג באמערקן.
  • האב ביי דיר אין טאַש א קאַפיע כדי עס זאל דיר זיין צום האַנט.
  • אויב חלילה מאכט זיך א פראַבלעם, פאר די זאָגסט אדער טוסט סיי וואס, קוק דארט אריין און טו ווי איך האב דארט געשריבן.

פיין! געזאגט און געטוען שמערל באגלייט ארויס ר’ אשר צום עירפארט און זיי געזעגענען זיך און שמערל זאגט ..פאָרט געזינטעהייט זארג זיך נישט אלעס וועט זיין אלרייט איך נעם קעיר, און איך האב די צעטל אין האנט… לחיים ולשלום.

ס’גייט אריבער צוויי דריי חדשים ר’ אשר קומט צוריק און שמערל שטייט ביים טיר פון פאבריק מיט א ברייטע שמייכל און נאכן אדורך גיין דעם גאנצע שלום עליכם פראצעדור, קומט ר’ אשר נענטער אריין אין פאבריק און עס ווערט אים שווארץ פאר די אויגן אלעס איז איין שטיק איבערקערעניש, דערנאך פאנגט ער אָן איבער גיין די ביכער און עס שווינדעלט אים די אויגן די ביזנעס וואס פאר געציילטע חדשים צוריק איז געווען א גאָלדן גריב שטייט ביים שוועל פון באַנקראַט, ער ווייסט נישט צו לאַכן אדער וויינען און רופט אריין שמערל און הייבט אים אן אויסצופרעגן, ער זעט באלד אז שמערל האט נישט געטוהן וואס עס איז געשטאנען אויפן ליסטע וואס ער האט מיט אים געלאזט, פרעגט ער …שמערל פארוואס האסטו נישט נאך געפאלגט די אלע אנווייזונגען פונעם ליסטע וואס איך האב ביי דיר געלאזט….??!!

שמערל קוקט צוריק מיט וואונדער און זאגט …אוודאי האב איך געטוהן וואס די האסט מיר געהייסן איך האב עס געליינט טאג און נאכט, איך האב עס אויף געהאָנגען ביי מיר אין אפיס, געהאַלטן ביי מיר אין טאַש, ווען עס איז געווען א פראבלעם האב איך עס באלד געליינט און צוריק געלייגט אין טאש, ר’ אשר שרייט צוריק בייזערהייט ..וואס?! ..די גאנצע סיבה פארוואס איך האב דיר געהייסן ליינען איז ווייל איך האב געוואלט זאלסט עס טוען, נישט נאר אדורך ליינען איך האב געוואלט אז די זאלסט לעבן די ביזנעס עס זאל דיר אריין גיין אין די ביינער, גיין שלאפן און אויף שטיין דערמיט, וויסן וואס צו טוען ווען עס קומט אונטער א פראבלעם, אבער יעצט פון סתם ליינען זענען מיר גענצליך באנקראט.

השי”ת האט אונז געגעבן די הייליגע תוה”ק, וואס דארט שטייט געשריבן די אנווייזונגען פונעם לעבן, ווי עס ווערט אנגערופן ‘תורת חיים’ אנווייזונגען צום לעבן, ער האט אונז באפוילן א ליסטע וואס מיר מוזן טוען איעדן טאג:

  • ודברת בם בשבתך בביתך ובלכתך בדרך – ווען און וואס די רעדסט, ווי די גייסט און שטייסט, זאלסטו לעבן דערמיט איעדן סעקונדע.
  • בשכבך ובקומך – ליין עס ביים אויף שטיין און ביים זיך לייגען שלאפן.
  • וקשרתם לאות – לייג אריין די ליסטע אין די תפילין און לייג עס אויף דיין האנט און אויף דיין קאָפ איעדן טאג, און זיי נישט מסיח דעת דערפון.
  • וכתבתם על מזוזות – לייג א קאפיע פון די ליסט אויף דיין טיר אז ווען די גייסט און קומסט ארויס זאלסטו עס אייביג באמערקן.

טייערע חבירים! די סיבה פארוואס השי”ת האט אונז באפוילן אז מיר זאלן עס כסדר האבן אויף אונזער ליפן און מחשבה, איז כדי די ריכטיגע דרך החיים זאל זיין פאר אונזערע אויגן, און מיר זאלן עס לעבן ובחרת בחיים, טראכט זיך א איד …איך טו די רצון הבורא ..איך לערען דריי שעה א טאג …איך האב די מהודר’סדיגע תפילין ..איך קיש די מזוזה אָן אויף הער, איך ליין קריאת שמע מיט גרויס כוונה, און ממילא דרייט ער זיך ארום גאָר צופרידן אלעס איז פיין און וואויל, זאגט אבער השי”ת אז אויב ענדיגט זיך עס נאר מיט דעם וועט די ביזנעס גיין באַנקראט, איך דארף אז די זאלסט אלעס טוען כדי עס זאל אריין גיין אין דיינע ביינער און די זאלסט לעבן דעמיט, לערנען על מנת לקיים, אריין לייגן די נשמה אין איעדע קליינע מצוה’לע נישט סתם טוען… און ביי איעדע מצוה וואס די טוסט שטעל זיך אפ און טראכט וואס וויל דא השי”ת פון מיר?! געסט א קיש די מזוזה טראכט א מינוט …איך גיי אריין אין די ציממער און השי”ת קומט מיט מיט מיר …איך טו אָן די הייליגע תפילין, האב איך אינזין די ד’ פרשיות על מנת לקיים ווי חז”ל זאגן אונז לשעבד בזה תאוות ומחשבות לבנו לעבדתו יתברך שמו, און מיר שרייען אויס …שמע ישראל ד’ אלוקינו ד’ אחד… מיר לעבן מיט דיר, און מיר לעבן מיט’ן מחשבה אז די ביסט איינס, די ביסט מיט אונז און מיר טוען דיין רצון אָן קיין היסח הדעת, און אזוי ווייטער ביי איעדע מצוה צו דאס איז תפילה, קריאת שמע, ציצית, ברכות, לימוד התורה, שבת קודש וכו’ וכו’ אלעס טוט אונז ברענגען נענטער צו השי”ת אבער עס פעלט זיך אויס צו צולייגן די הארץ און נשמה…

אין מדרש רבה (במדבר ב) בשעה שנגלה הקב”ה על הר סיני ירדו עמו כ”ב רבבות של מלאכים והיו כולם עשוים דגלים כיון שראו אותן ישראל שהם עשוים דגלים דגלים התחילו מתאוים לדגלים אמרו אלואי כך אנו נעשים דגלים כמותן   –   ביי מתן תורה האבן די אידן געזעהן אז בשעת הקב”ה האט זיך מגלה געווען צו כלל ישראל זענען אראפ געקומען צענדליגע טויזענטע מלאכים וואס האבן געהאט דגלים-פענער, און די אידישע קינדער האבן געגליסט צו די פענער און זיי האבן געזאגט הלואי זאלן מיר אויך זוכה זיין צו אזעלכע פענער! פארשטייט זיך פשוט אז מען רעד נישט פון קאָלירטע פענער וואס פלאַטערט אויף א הויכע שטאַנג, נאר די טיפערע פשט דערפון איז אז יעדע מלאך טוט רעפרעזענטירן א אנדערע מידה פון עבודת ה’, און כבוד שמים, די דגלים האבן כסדר דערמאַנט פאר איעדע מלאך זיין פנימיות און שליחות וואס ער האט צו טוען, די אידישע קינדער שטייענדיג ביי קבלת התורה האבן זיי געשריגן נעשה ונשמע, השי”ת מיר זענען גרייט צו טוען וואס די זאגסט, אבער נשמע מיר ווילן דערהערן די עומק המצות, מיר ווילן פארשטיין די פנימיות המצות אויך, דערפאר האבן זיי אויך געוואלט האבן די דגלים וואס איעדע דגל האט אויף זיך די קאליר און בילד פון איעדע שבט, וואס דאס ווייזט אויף די פנימיות און עומק פון די שבט, און איר שליחות און נשמת כלל ישראל ארויס צו ברענגען די מערסטע און גרעסטע כבוד שמים.

דערפאר ווען מיר זענען אָנגעקומען אין מדבר נאך די געוואלדיגע אומפארגעסליכע מעמד הר סיני פאַר 3325 יאָר צוריק, ווען מיר אלע זענען געווען מיט איין ציעל צו טוען רצון ה’ מיט הארץ און נשמה, האט השי”ת געוואוסט אז אידישע קינדער וועלן רוען מיט זייערע פענער ‘וחנו בני ישראל’ וואס דאס מיינט אז די אידישע קינדער וועלן פארשטיין איעדער זיין אויפגאבע און ציעל אין עבודת ה’, און טוען מצוות השי”ת בפנימיות, ווי די פסוק זאגט אז איעדע פון די פענער איז געווען ‘באתת’ וואס דאס ווייזט די אינערליכקייט און טיפקייט פון א מצוה.

מיט די זעלבע הרגשה זענען מיר אָנגעקומען צום מעמד הר סיני ויחנו במדבר דאס מיינט פשוט אז מיר זענען אנגעקומען צו מדבר סיני, דערנאך זאגט די פסוק נאכאמאל ויחן ווייל זיי האבן פארשטאנען אז עשיית המצוות קען נישט זיין סתם געטוען מצות אנשים מלומדה נאר עס מוז זיין מיט א ויחן שם ישראל די נשמה מוז זיין צוזאמען מיט’ן גוף. אזוי אויך משה רבינו ווען ער איז ארויף געקומען אין הימל נעמען די תוה”ק האבן די מלאכים געטענה’עט אז מיר וועלן קענען בעסער ארויסברענגען די כבוד שמים פון דיין תורה… אבער השי”ת האט געוואוסט אז די אידעלע וואס וויל טוען רצון ה’ לעבט אונטן ווי עס איז פארהאן א יצר הרע וואס טוט כסדר פארלעשן די מענטש און מאכט אים פארגעסן פארוואס ער איז דא אויף די וועלט און לייגט אים כסדר אריין אין א ראָבאַטישן פארמאַט, ממילא דארף כלל ישראל האבן די תורה כדי זיי זאלן קענען איבער קומען די שרעליכע שוועריגקייטן.

אבער השי”ת האט געוואלט זיכער מאכן אז כלל ישראל, די וואס נעמען די תוה”ק פארשטייען עס אין פנימיות האט ער געזאגט פאר משה רבינו ענטפער זיי צוריק, האט משה רבינו טאקע דאס געענטפערט כלום יש קנאה, שנאה ביניכם?! האט איר דעם יצר הרע וואס מיר האבן, די נסיונות וואס מיר האבן, מיר מיטשענען זיך ביטערליך און אָן די תוה”ק איז נישט מעגליך צו באזיגען דעם יצר, נאר מיט א פנימיות’דיגע תורה! אז מיר וועלן האבן דעם תוה”ק וואס זאל וואַסערן אונזער נשמה און הארץ וועלן מיר קענען עקזעסיטרן אויף די וועלט, איר דארפט די תוה”ק פאר שיינקייט תנה הודך על השמים, מיר דארפן עס פאר אונזער ברויט און וואסער צו קענען עקזעסטירן, כי הם חיינו וארך ימינו.

אה! און טאקע אזוי האבן מיר עס באקומען, אז מיר פארשטייען אז די תוה”ק איז אונזער הארץ, אונזער נשמה נישט סתם זאַכן וואס מיר דארפן היינט טוען אזוי, און מארגן טוען אזוי, עס איז א תורת חיים ווי מיר זאגן איעדען טאג כי הם חיינו וארך ימינו א לעבעדיגע לעבן וואס איז פיל מיט דביקות בה’, הארץ און נשמה, יעצט ווען מיר שטייען פאר קבלת התורה דארפן מיר מקבל זיין מיט א פרישקייט און אריין טראַכטן פארוואס מיר האבן זוכה געווען צו באַקומען די תוה”ק, און אריין לייגן אלע אונזערע כוחות זוכה צו זיין צו די פנימיות התורה, די חיות, די געשמאק, די ליכטיגקייט, די לעבנסשטייגער פון די תורה און זיין פון די וואס זענען מקיים די מצוות התורה פון ובחרת בחיים!

לסיכום געדענק:

  • כי הם חיינו וארך ימינו… די תוה”ק איז אונזער לעבן אָן איר קענען מיר נישט עקזעסטירן.
  • די עיקר פון מצוות התורה איז נישט די גוף נאר די הארץ און נשמה.
  • שטעל אוועק דיין אייגן דגל-פָאן וואס טוט דיר כסדר דערמאנען וואס דיין תפקיד אויף די וועלט איז.

ושבתה הארץ שבת לה’..!

בס”ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

לעצטע וואך האבן מיר אדורך געשמועסט דער ענין פון “תמימות תהיינה”, גאנץ זאלן זיי זיין, השי”ת וויל אז מיר זאלן ציילן ספירה טאג נאך טאג און צוזאם רעכענען איינס צום צווייטן אָן קיין שום הפסק, כדי דאס צו ערפילן דארפן מיר לעבן מיט די מחשבה פון טוען די ווילן פון השי”ת, דאס הייסט אז אפילו דברים גשמיים ווי עסן, שלאפן, ארבעטן, אויב טוט מען עס מיטן ציעל צו טוען די ווילן פון השי”ת איז עס זיך מצטרף צו די טעג וואס מיר וועלן ברענגען מיט זיך לעתיד לבא, און דאס זענען די ימי הספירה, טעג וואס מיר ארבעטן צו ווערן נענטער צו השי”ת און טוען דעם רצון ה’ בשלימות, און טאקע דערפאר ציילן מיר טעג, אבער נישט סתם טעג, נאר טעג וואס מיר האבן זיך איינגעקויפט און זיי געמאכט אינגאנצען אונזערס לעולמי עד.

עס איז אבער באוואוסט פון חז”ל אז די ימי הספירה האט אין זיך נאך א זייט, דאס איז דער ענין פון אבלות, די טעג זענען טעג פון צער און טרויער, מיר מאכן נישט קיין שמחות, מיר הערן נישט קיין מוזיק וכו’ כדי צו פארשטיין דער ענין לאמיר אריין קוקן אין חז”ל ווי די גמרא זאגט אין מסכת יבמות (סב ב) שנים עשר אלף זוגים תלמידים היו לו לרבי עקיבא מגבת עד אנטיפרס וכולן מתו בפרק אחד מפני “שלא נהגו כבוד זה לזה”  –  צוועלף טויזענט פּאָרן תלמידים האט רבי עקיבא געהאט (דאס מיינט פיר אין צוואנציג טויזענט נפשות) און זיי זענען אלע געשטארבן ווייל זיי האבן נישט נוהג כבוד געווען איינער פארן צווייטן, און די גמרא זאגט ווייטער כולם מתו מפסח ועד עצרת דאס אלעס האט פאסירט צווישן דעם יו”ט פסח און שבועות, נאר הענדיג די רייד פון חז”ל כאפט אָן א ציטער און ס’פרעגט זיך ..ווייל זיי האבן נישט געגעבן כבוד איינער פארן צווייטן פאר דעם זאל קומען אזא געפערליכע עונש? אויך פרעגט זיך, פארוואס טאקע זענען זיי באשטראפט געווארן דוקא אין די טעג צווישן פסח און עצרת?

לאמיר אריין קוקן אין די וואכעדיגע פרשה וואו די תוה”ק איז אונז מצווה די מצוה פון שמיטה דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וכו’ וְשָׁבְתָה הָאָרֶץ שַׁבָּת לה’ שֵׁשׁ שָׁנִים תִּזְרַע שָׂדֶךָ וְשֵׁשׁ שָׁנִים תִּזְמֹר כַּרְמֶךָ וְאָסַפְתָ אֶת תְּבוּאָתָהּ וּבַשָּׁנָה הַשְּׁבִיעִת שַׁבַּת שַׁבָּתוֹן יִהְיֶה לָאָרֶץ  –   און די ערד זאל רוען א שבת פאר השי”ת, זעקס יאר זאלסטו אָנזייען די פעלדער און וויינגערטנער, איינזאמלען די תבואה, און ביים זיבעטען יאר זאלסטו רוען פאר השי”ת. דאס אז די תוה”ק הייבט אָן מיט די ווערטער ושבתה הארץ שבת לה’ דארף א הסבר, עס וואלט קודם געדארפט שטיין שש שנים תעבוד, מען זאל ארבעטן זעקס יאר, און דערנאך ושבתה הארץ שבת לה’, אז ביי די זיבעטע יאר זאל זיין שמיטה, ווייל רוען קומט דאָך געווענליך נאָכן ארבעטען?

רש”י זאגט מה ענין שמיטה אצל הר סיני והלא כל המצות נאמרו מסיני? אלא מה שמיטה נאמרו כללותיה (ופרטותיה) ודקדוקיה מסיני, אף כולן נאמרו כללותיהן ודקדוקיהן מסיני  –  וואס איז דער ענין פון שמיטה צו הר סיני? נאר עס קומט אונז לערנען אז אזוי ווי ביי שמיטה האט די תוה”ק געשריבן איעדע קליינע פרט ופרט אזוי אויך ביי די אלע אנדערע מצוות וואס זענען געגעבן געווארן ביי סיני איז עס געזאגט געווארן מיט איעדע פרט ופרט. רש”י הקדוש האט טאקע זייער שיין פארענטפערט דער שייכות פון שמיטה מיט הר סיני, אבער די קשיא איז נאך אלץ שווער פארוואס עפעס דוקא ביי שמיטה האט די תוה”ק געשריבן מיט אלע אירע פרטים און דקדוקים?

ברוך איז געווען א קינד פון זייער א אָרימע און צובראכענע שטוב, ער איז שטענדיג געווען דער שוואַכיטשקער אינגל אין קלאס, ביי ריעסעס פלעגט ער גיין שנאָרן פון אנדערע קינדער, ער פלעגט אלץ קומען מיט צוריסענע ספרים וואס ער האט געטראפן ביי די שמות טראָק, אבער ברוך’ל פלעגט אלץ זאגן ווען איך וועל גרויס ווערן וועל איך קיינמאל נישט פארגעסן פון די אָרימע און צובראכענע, איך וועל זיי העלפן און זיכער מאכן אז יעדע קינד קומט און חדר אייניג ..איך וועל זיי געבן נייע ספרים, ריעסעס, שפילצייגן, בקיצור אייביג שטיין צום האנט פון קינדער וואס דארפן, נישט ער אליין און נישט אנדערע האבן זיך אמאל געחלומט אז עפעס וועט נאך פון דעם ברוך ווערן…

די יארן לויפן אדורך און די רעדל האט זיך א דריי געגעבן ברוך האט זייער שיין מצליח געווען און זיינע געשעפטן, היינט איז ער שוין דער באוואוסטער ר’ ברוך, ויהי היום איין שיינעם טאג שטייט דער מנהל פון זיין אמאליגער חדר ביים טיר … שלום עליכם ר’ ברוך וואס מאכט איהר עפעס אזוי, ווי גייט עס, מיר ווילן אייך נישט אויפהאלטן מיר זענען געקומען נאך געלט פאר א קינד ביי אונז אין מוסד וואס דארף הילף… ר’ ברוך געבט א האַק איבער איין מינוט אנטשולדיגט מיר, איך בין זייער פארנומען איך האב יעצט א וויכטיגע מיטינג רופט מיר אביסל שפעטער, ר’ ברוך דרייט זיך כסדר ארויס מיט כל מיני סיבות און תירוצים.

דעם קומעדיגן טאג הערט זיך א קלאפ אויף די טיר און דא קומט אָן א גרויסן טורעם פינעם מוסד זיי שיקן א ריזיגן מתנה, אלעס מיטן ציעל און האָף ארויס צו זעהן אפאר דאלער פון ר’ ברוך, אבער ברוך איז ווייט פון דער אלטער טיילער, ער האט אינגאנצן פארגעסן די מצב וואס ער איז אמאל געווען, ער האט אינגאנצן פארגעסן פון זיינע גאלדענע געדאנקן וואס ער פלעגט האבן, יעצט לעבט ער פארזינקן און זיין אייגן רייכען לעבן.

אין אפיס פינעם תלמוד תורה ברעכט מען זיך קאפ ווי נישט האט ער דא געלערענט, און געהאט אזעלכע גוטע געדאנקן, מען האט שוין אלעס פרובירט און אין קול ואין עונה ס’גייט נישט, ער מאכט זיך גארנישט וואוסענדיג, ביז דער מנהל געבט זיך א כאפ און הייבט אויף א טעלעפאן צו ר’ ברוך און מיט א ווארימע שטימע זאגט ער: טייערע ר’ ברוך, דערמאן דיך נאר דיינע קינדערישע יארן, דערמאן דיך וואס די ביסט אדורך ווען די פלעגסט קומען אין חדר מיט ליידיגע הענט, ווי שווער עס איז דיר געווען, דערמאן דיך ווי שווער די האסט זיך געמיטשעט צו פארשטיין א שטיקל גמרא און ווי די האסט געהאפט צו לערנען מיט א גוטע חברותא, דערמאן זיך ווי אזוי ס’שפירט צו זיין דער שוואכע … ברוך געבט א האק איבער און מיט א צובראכן שטימע זאגט ער, ס’איז גענוג איך דערמאן זיך שוין גוט.. ווי פארשטענדליך האט ר’ ברוך געטוען אלעס אין די וועלט צו העלפן די וואס דארפן הילף.

אין חז”ל זענען פארהאן אסאך טעמים אויף די מצוה פון שמיטה, איינע פון די שטארקע טעמים איז אונז צו לערנען, אז מיר זאלן געדענקן אז עס איז געווען א צייט וואס מיר האבן נישט געהאט קיין פרנסה, אלעס וואס מיר האבן יעצט ווי למשל דעם פעלד וכדומה איז אמאל געליגן ביי א צווייטן אין די האנט, עס איז א מתנת חנם פון השי”ת, ער האט עס אונז געגעבן, און יעצט ווען מיר זענען ב”ה זוכה צו האבן, ס’גייט ב”ה גוט, דארפן מיר געדענקן אז עס איז געווען אמאל א טאג וואס מיר האבן נישט געהאט און דעמאלטס האבן מיר זיכער געטראכט מחשבות ווי “ווען איך וועל האבן וועל איך” איך וועל זיכער מאכן אז מיינע חבירים זענען מסודר, איך וועל טיילן גרויסע צדקות וכו’ וכו’ יעצט ווען השי”ת ברוב רחמיו געבט יא, יעצט אז מיר זענען זוכה צו האבן, דארפן מיר געדענקן פון אונזערע חבירים, זיי אויפזיכן, און זיך אויף זיי נאך פרעגן, אפשר דארף ער הילף, אפשר מיטשעט ער זיך אויף פרנסה און מיט אפאר דאללער קענען מיר אים גרינגער מאכן, מיט א קליינע חיזוק קענען מיר אים ליכטיג מאכן, ואהבת לרעך כמוך מיר דארפן זיך אריין לייגן אין זיין מצב, געדענקן פון ווי מיר קומען און ווער ס’געבט אונז, געדענקן ווי מיר האבן געשפירט פאר מיר האבן באקומען און זוכה געווען, געדענקן אלעס וואס מיר האבן געטראכט און געפלאנט, און יעצט לעבן אזא סארט לעבן.

דאס זאגט אונז די תוה”ק אין די פרשה פון שמיטה ושבתה הארץ שבת לה’, עס פאנגט זיך אָן מיט א שבת, וואס שבת איז א צייט וואס מען ארבעט נישט, מען האט די צייט צו זיין און קאַנטאַקט מיטן מחשבה צו מאכן א חשבון הנפש און טראכטן פון א צווייטן, און שפירן דאס וואס מיין חבר שפירט, דערנאך געבט זיך די רעדל א דריי ווי די פסוק זאגט שש שנים תזרע זעקס יאר זאלסטו אָנזייען מען ארבעט פלייסיג און בסייעתא דשמיא איז מען מצליח די ביזנעס פאנגט אָן בליען, און די אלע גוטע פלענער און מחשבות ווי …וואס ס’וועט זיין ווען איך וועל האבן, ווערן פארגעסן, מען פארגעסט אז דער חבר האט נישט, און דער אנדערע חבר מיטשעט זיך, זאגט די תוה”ק ובשנה השביעית שבת לה’, ביים זיבעטע יאר שטעל זיך אָפ, ארבעט נישט, ס’איז נאכאמאל א צייט פון חשבון הנפש א יאר פון שפירן וואס דיין חבר גייט אדורך, א יאר פון לאזן אלעס הפקר פאַרן אָרימאַן און זיך אריין לייגן אין זיין מצב, מיט שפירן וואס דאס הייסט אז מען האט נישט קיין פרנסה און זיך דערמאנען אז אויך איך האב אמאל גארנישט געהאט.

שמיטה איז זייער א יסודות’דיגע מצוה ווי מיר זעען ביי די תוכחה אז תרצה הארץ את שבתותיה, אז טאמער די אידישע קינדער וועלן נישט האלטן שמיטה וועלן זיי ווערן פארטריבן פון הייליגן לאנד, ווייל אז מען פארגעסט זיך אומצוקוקן אויף א צווייטען איד דעמאלטס פארלירט מען אלעס, וועגן דעם זאגט אונז רש”י אז דער ענין פון שמיטה האט פרטים וואס איז אזוי יסודות’דיג אז דוקא ביי דעם האט די תוה”ק געשריבן די פרטים און נישט ביי אנדערע, ווייל דער ענין איז א איינע פון די יסודי היסודות “לייג זיך אריין אין דיין חבר’ס מצב”.

לאמיר זיך פארשטעלן ווי מיר גייען אין גאס און פלוצלינג זעהן מיר ווי איינער האַקט און זעצט אויף א קליין ביימעלע, פארשטייט זיך אז מיר וועלן אים גלייך אָפשטעלן, וואס טוסטו מיט דעם קליין יונג ביימעלע?! אבער אז מיר וועלן זעהן ווי איינער האַקט אויף א גרויסע בוים וועלן מיר זיך נישט אפשטעלן און עס אפשר ניטאמאל באמערקן, ווייל ווי פארשטענדליך א יונג ביימעלע וואס ער האלט נאך אינמיטן וואקסן איז מיט א קליין האַק וועט ער אויסגעריסן ווערן, אבער דער גרויסע בוים קען מען האַקן און האַקן ער בלייבט שטיין פעלזן פעסט.

די ימי הספירה זענען טעג פון גידל, טעג וואס מיר וואַקסן, און ביי טעג וואס מען וואַקסט איז א יעדע קליינע האַק זייער שעדליך און גאר א גרויסע סכנה, די הייליגע תלמידי רבי עקיבא וואס האבן נישט נוהג כבוד געווען זה לזה, זענען אוועק גענומען געווארן דוקא אין די ימי הספירה ווייל פון הימל האט מען שטארק מקפיד געווען, ווייל עס זענען טעג פון וואקסן און א יעדע קלייניגקייט, א קליינע האַק און אפילו נישט דוקא א האַק נאר זיך נישט נוהג כבוד זיין איינער פארן צווייטן ריכטיג מאכט א גרויסע און שטארקע רושם.

טייערע חבירים! יעצט ווען מיר שטייען אין די וואך פון יסוד, ארבעטן מיר אויף די יסודות וואס די תוה”ק שטעלט אונז אוועק און טאקע די הייליגע תנא רבי עקיבא איז דער וואס זאגט אונז ואהבת לרעך כמוך “זה כלל גדול בתורה” עס איז א יסוד גדול בתורה, האב ליב דיין חבר פונקט ווי זיך, און אונזער פרשה גייט א טריט ווייטער און לערענט אונז דער ענין פון שמיטה, לייג זיך אריין אין דיין חבר’ס מצב זעה וואס ער גייט אדורך, געדענק אז נישט צו לאנג צוריק האסטו אויך נישט געהאט, און שטעל זיך אפ איעדע שטיק צייט און מאך שבת! א טאג פון חשבון הנפש, א צייט וואס די לייגסט זיך אריין אין דיין חבר’ס שיך און שפירסט ווי ער שפירט, און ווען ער וויינט, וויינסטו, און ווען ער שמייכלט, שמייכעל’סטו!

לסיכום געדענק:

  • יעצט ווען די האסט, שטעל זיך אפ איעדע שטיק צייט און מאך א חשבון הנפש.
  • ס’איז געווען א טאג וואס די האסט נישט געהאט, און געמאכט פלענער אז ווען די וועסט האבן.
  • שטעל אלעס אָפ און לייג זיך אריין אין דיין חבר’ס מצב, שפיר מיט וואס ער גייט אדורך!
Follow

Get every new post delivered to your Inbox.